האד' מדושינסקיא רעכט אפ לענגערע באזוך אין "גלאט עוף" שעכט הויז שע"י העדה החרדית
- לפני 34 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שבת פ' שופטים • א' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם זונטאג פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די בארימטער "גלאט עוף" פירמע שע"י העדה החרדית, קובע צו זיין א מזוזה אינעם נייעם פליגל פונעם שעכט הויז און באטראכטן פון די נאנט די סדרי הכשרות און הידורים וואס ווערן אהערגעשטעלט מיט די העכסטע סטאנדארטן.
ביים אנקומען פונעם רבי'ן שליט"א האבן די ראשי וועד השחיטה, הרה"ג רבי סענדר אבערפעלד שליט"א מרבני וועד השחיטה, צוזאמען מיט די חשובע חברי הוועד אויפגענומען דעם רבי'ן מיט גרויס כבוד. דער רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען אינעם קאמפלעקס, וואו ער האט פאר קרוב צו צוויי שעה מיטגעהאלטן דעם גאנצן פראצעס מרישא ועד גמירא, מיט אן עינא פקיחא, און אריבערגעגאנגען אלע אפטיילונגען, זיך אומקוקנדיג אויף די פארשידענע בדיקות, אנגעהויבן פון די בדיקת הסכינים ביז צו די שפעטערדיגע פראצעדורן, ווען די רבנים און די חברי הנהלה שטעלן פאר די אומצאליגע חומרות, תקנות, און הידורים וואס זענען ספעציעל איינגעפירט געווארן אינעם מפעל כדי צו פארזיכערן אז יעדער עוף וואס פארלאזט דעם בית השחיטה איז בתכלית הכשרות אן קיין שום חשש ופקפוק.
דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען קובע צו זיין די מזוזה ביים הויפט איינגאנג פונעם נייעם פליגל פונעם בית השחיטה און דערנאך אריין אינעם בית המדרש פונעם מפעל, און אפגעראכטן א שולחן לחיים, וואו דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע התפעלות פון די סדרי השחיטה, און די שטארקע זהירות, וואס ער האט צוגעזען מיט זיינע אייגענע אויגן. דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק, און נאכגעזאגט א ווארט פונעם בעל הילולא הרה"ק מסאטמאר זי"ע, צום שלוס האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואנטשן ברכות לרוב פאר די מנהלים, די מיטארבעטער, און די חברי וועד השחיטה, עס זאל נישט ארויסקומען קיין שום מכשול מתחת ידיהם.








































תגובות