top of page
ולילה כיום יאיר: בני ברק מיטגעלעבט היסטארישע שמחה ביי חתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א
מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין וחסידים ברינה יגילו, האבן זיך שווערע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע מקומות, אומגעקערט אהיים פון בני ברק, אין די פריע צופרי שעהן דעם דאנערשטאג, נאך'ן מיטלעבן די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די חתונה פון הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, וואס איז אפגעראכטן געווארן מלא רגש ושמחה, און האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושה וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן. ווי שוין באריכטעט איז בשטומ"צ געג


יכנס בן אצל אביו: האד' מטשערנאביל ביים עלייה לציון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל ערב ההילולא
מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א ארויף צום ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל בראש קהל חסידיו, לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן שב"ק י"ז חשון. אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רבינס ברודער הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אבד"ק טשערנאביל אלעד. דורכאויס שבת האט די רבי געדאווענט די תפילות פארן עמוד און געזאגט די קדישים לכבוד די יארצייט, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת ה


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג האט זיך דער באקאנטער בדחן ר' חיים הערש גלאנצער געגרייט ארויסצוגיין אויף א חתונה קיין בארא פארק, צו דינען אלס בדחן ביים מצוה טאנץ. אין די לעצטע מינוט, איידער ער איז ארויס פון שטוב, האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון איינעם פון די חשובע סאטמארע דיינים, וועלכער האט אים געהייסן בלייבן אינדערהיים נישט נכשל צו ווערן פון חשש טומאת מת. מוצאי שבת קודש האט דער בדחן דערציילט דעם גאנצן מעשה בפרטיות פארן סאטמארער רב


מעמד פתיחת הזמן אין ישיבה גבוהה תולדות יהודה | בילדער גאלעריע
פרייטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


שיינער שמחת בר מצוה פון נכד דור רביעי ביי האד' מסאטמאר און נכד גיסו גאב"ד סאטמאר בארא פארק
פרייטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה ובצהלה האבן פילצאליגע חסידים מיטגעהאלטן דעם שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל, נכד דור רביעי פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב. דער בר מצוה בחור אלימלך אשכנזי נ"י, איז אור אייניקל פון רבי'ן שליט"א, נכד הגה"צ רבי העניך אשכנזי רב דביהמ"ד אבני צדק, בן לבנו הרה"ג רבי חיים צבי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב אין קרית יואל, חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א. מיטוואך אינדערפרי איז דער ר


רחל מבכה על בניה: טויזנטער פוקד געווען ציון רחל אמנו אין די טעג ארום די הילולא
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי, מ. אדלער,JDN


ברוך הבא: האד' מטאהש אנגעקומען אויף קורצן באזוך אין ניו יארק
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קעדיט: זאבי קליין,JDN דעם מאנטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק צו באשיינען עטליכע מסיבות און מאורעות אינערהאלב מוסדות טאהש ניו יארק. פארנאכטס איז די רבי אנגעקומען אויף מנחה מעריב אין טאהשער ביהמ"ד אין בארא פארק. נאך מעריב האט דער רבי באזוכט אין די נייע לאקאציע פון תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש אין שטאט, וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט קענטיגע הנאה ווי שיין אלעס איז


מעמד פתיחת הזמן אין "תורת צבי דספינקא" אין שפיץ פון נשיא הישיבה האד' מתולדות צבי ד'ספינקא
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די תלמידי הישיבה "תורת צבי דספינקא" האבן דעם פארגאנגענעם וואך מקבל פנים געווען דעם מייסד ונשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, וועלכער איז אריבערגעקומען אין ישיבה לרגל דער מעמד פתיחת הזמן און די שמחת הנחת תפילין פאר'ן אייניקל, בן בנו הרה"צ ר' יוסף מאיר הורוויץ שליט"א. מאנטאג צופרי איז דער רבי אנגעקומען אינעם היכל הישיבה אין טשעסטער בגלילות קרית יואל, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די תלמידי ישיבה קטנה און תלמידי י


וויליאמסבורג: גרויסן עולם מיטגעהאלטן שמחת החתונה בבית הגה"צ רבי קלמן הלברשטאם האד' מצאנז קרית יואל
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין,JDN א גרויסן עולם תשובי קרית יואל, תלמידים מעריצים און גוטע פריינד האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די חתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' קלמן הלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מצאנז קרית יואל, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שמעון רובין שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישעי' רובין שליט"א אבד"ק קערעסטיר וויליאמסבורג, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א אבד"ק בארדיוב, די שמחה איז פאר


דרשת פתיחת הזמן דורך האד' מסאטמאר לתלמידי המתיבתא; פייערדיגע דברות קודש קעגן שינוי המסורה ביי חופות
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין דעם דינסטאג נאכמיטאג האבן זיך די אריבער 1,300 תלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית יואל פון אלע סניפים פארזאלט אינעם ביהמ"ד הגדול צום מעמד פתיחת הזמן וואו דער ראש הישיבה כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א האט משמיע געוועהן דעם “דרשת פתיחת הזמן” פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די קלארע מוסר רייד פונעם באליבטן ראש הישיבה. דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און פ


פייערליכער שטימונג אין לינדען צום פתיחת השערים פון נייעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם שב"ק לך לך, האבן הונדערטער סאטמארער חסידים אין שטאט לינדען געפראוועט מיט גרויס פרייד די עפענונג פונעם נייעם ביהמ"ד דקהל יטב לב אין שטאט, וואס איז געעפנט געווארן אויף דעם שב"ק כליל בהדרו מיט אלע צוגעהערן. דער הערליכער ביהמ"ד איז געבויט געווארן דורכאויס די פארגאנגענע תקופה, ווען נגידי סאטמאר האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים צו קענען פינאנצירן דעם בוי פראיעקט און אהערשטעלן דעם פראכטפולן ביהמ"ד לשם ולתפארת. אין ש


רעים אהובים: שיינעם מסיבת לחיים במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך לכבוד השמחה במעונו פון האד' מבאיאן
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני א באשיידענע מסיבת לחיים איז דעם זונטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין ירושלים, לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, בנישואי נכדו החתן למזל טוב, וואו דער פוסק הדור שליט"א איז א פעטער ביי די שמחה, נאכדעם וואס די כלה איז אן אייניקל ביי אחיו הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען, א טאכטער ביי זיין איידעם ה


פײערליכע הכנס"ת צום בית הכנסת אין די “נובי ווישקי” געגענט אין מאסקאווע בנשיאות הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי האדמור"ים מקאמארנא און לעלוב ירושלים | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני שמחת הבר מצוה אין עיה"ק ירושלים, פון א זוהן פון הרה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א ראש כולל קאמארנא זוהן פון כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א.


געהויבענעם מסע התעוררות דורך האד' מסאסוב קיין אייראפע אינאיינעם מיט נגידי החסידות
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר געהויבענער מסע התעוררות צו די קברי אבות אין אונגארין אין ראמעניע, איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ''ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, אינאיינעם מיט א געקליבענע צאל נגידים ותומכים פונעם רבינס פריוואטער קופה "קשר של קיימא", וועלכע האבן אין די לעצטערע פאר יאר בייגעשטייערט ריזיגע סומעס לטובת די מפעלי הצדקה והחסד בנשיאותו פונעם סאסובער רבי'ן און האבן גענומען א חלק אין די פרישע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן בקרב הקהילה. די געהויבענע איין-טאגיג


שידוך שליסן פון נכד האד' מבאבוב 45 עב"ג הכלה טאכטער פון ב"א הרה"ג ר' חיים אהרן אונגער רב ביהמ"ד לב אהרן ד'סאטמאר
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. שלמה כ"ץ,JDN ווידעראמאל האבן חסידים ואנשי מעשה זיך מיטגעפריידט ביים שמחת קישור החיתון פון נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וואס איז געשלאסן געווארן בסימן טוב ומזל טוב, וחסידים ברנה יגילו אויף א שיינעם פארנעם. גער חתן איז א זוהן פונעם רבינס זוהן הרה"צ רבי שלום אונגער שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק, מיט די כלה א טאכטער פון הגאון רבי חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דסאטמאר


הערליכער "מעמד פתיחת השערים" צום ערשטער זמן החורף אינעם ניי–געגרינדעטן "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר דערהויבענע מעמד התחלת הזמן ופתיחת הישיבה איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אינעם ניי-געגרינדעטע "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר וואס האט נארוואָס געעפענט די טויערן אין א פראכפטולע לאקאל אין שטאט מאנסי. ווי ברייט באריטעט דעם זומער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר די מער עלטערע בחורים יוצאי ישיבה גדולה ד'סאטמאר, נאכן משלים זיין ז


אויסגאבע טישל • פרשת וירא
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


הערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה צום נייעם סקווירא ביהמ"ד אויף ראמען אין מאנסי
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג. JDN פארגאנגענעם וואך איז פארגעקומען די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום נייעם סקווירא ביהמ"ד אויף ראמען אין מאנסי, נדבת הנגיד החסיד ר' יו"ט יודא ווייסמאנדל הי"ו. מוצאי שבת בעפאר די מעמד איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיטן ספר תורה. אויפצומארגנס זונטאג איז


ריזיגער צוזאמענפאר ערווארטעט בעיר הישועות טשענגער צו די ימי ההילולא קדישא הבעל"ט; הכנות אין פולן שוואונג
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page

