top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דרשת פתיחת הזמן דורך האד' מסאטמאר לתלמידי המתיבתא; פייערדיגע דברות קודש קעגן שינוי המסורה ביי חופות

  • sfbechatzros
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: י.שטיין

דעם דינסטאג נאכמיטאג האבן זיך די אריבער 1,300 תלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית יואל פון אלע סניפים פארזאלט אינעם ביהמ"ד הגדול צום מעמד פתיחת הזמן וואו דער ראש הישיבה כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א האט משמיע געוועהן דעם “דרשת פתיחת הזמן” פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די קלארע מוסר רייד פונעם באליבטן ראש הישיבה.


דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און פון די שיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא, און דערביי איבערגעזאגט די קשיא וואס מען האט איבערגעלאזט פאר די בעלי בתים ביים סיום חצי הש"ס דורך חבורת יסודי התורה אין מסכת בבא קמא, דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די חיוב פון יעדע בחור איינצוהאלטן אלע תקנות הישיבה הן מיט די לימודי הישיבה, הן מיט די זמני הישיבה, נישט גיין צו קיין חתונות, און נאך פילע תקנות הישיבה.


דערנאך האט דער רבי שליט״א אויסגענוצט די געלעגנהייט און מיט א קול חוצב להבות אש גערעדט צו די בחורים און אלע סרים למשמעתו וועגן דעם גרויסן זהירות וואס מען דארף האבן אין אזא הייליגן צייט פון א חופה, זיך צו האלטן שטארק צום ארגינעלן דרך אבותינו און נישט נאכגעשלעפט צו ווערן פון די אמעריקאנע גאס וואס וויל פארוואנדלען די חופה אין א הייראט צערעמאניע.


דער רבי שליט״א האט מרחיב געווען אין רעדן וועגן דעם געהויבענעם זמן פון א חופה, וואס אלעס דארף זיין על פי הלכה, און אויסער דעם, די הייליגע מנהגים וואס זענען איינגעפירט געווארן דורך ראשונים כמלאכים און צדיקים קדושי עליון, מען דארף זיך האלטן דערצו אן קיין סטיות. אבער איינפירן אייגענע סגנונות, ניגונים, גראמען אדער ענליכע הנהגות וואס קומען פון פאטאגראפיסטן און זינגערס, האט נישט קיין מקום ביי ערליכע אידן, און מען דארף שטיין ווייט דערפון, נישט צו לאזן אז די מעריקאנער מנהגים זאלן אריינדרינגען צווישן ערליכע אידן.


מיט א קול רגש ובכי האט דער רבי שליט״א איבערגעגעבן ווי ביי ערליכע אידן איז די חופה א ערנסטער צייט, ווען חתנים יראי ה׳ פארגיסן טרערן מיט א רגש פון שמחה און תפלות צום בורא עולם אויף א ליכטיגן עתיד. דאס איז דער סדר פון ערליכע אידן, און אזוי דארף מען ווייטער מקיים זיין די מנהגים אן קיין שום שינוי.


דער רבי שליט״א האט אויסגעפירט מיט א ברכה פאר די בחורים, און זיי געבעטן זיך צו דערמאנען זיינע ווערטער בשעת זייער אייגענע שמחות, בקרוב ובשטומ״צ.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page