ברוך הבא: האד' מטאהש אנגעקומען אויף קורצן באזוך אין ניו יארק
- sfbechatzros
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קעדיט: זאבי קליין,JDN
דעם מאנטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק צו באשיינען עטליכע מסיבות און מאורעות אינערהאלב מוסדות טאהש ניו יארק. פארנאכטס איז די רבי אנגעקומען אויף מנחה מעריב אין טאהשער ביהמ"ד אין בארא פארק. נאך מעריב האט דער רבי באזוכט אין די נייע לאקאציע פון תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש אין שטאט, וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט קענטיגע הנאה ווי שיין אלעס איז צוגעשטעלט על צד היותר טוב ברוחניות ובגשמיות.
דערנאך האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי א מסיבת שבע ברכות לכבוד די מחותנים הנגידים למשפחת ארגעל, וואו דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, דערנאך געטאנצן מיט די חתנים און מחותנים און זיידע'ס. שפעטער האט דער רבי באשיינט ביים שמחת השבע ברכות פון בת מחותנו הגה"צ רבי לוי יצחק גרינוואלד דומ"ץ פאפא בארא פארק, וואו דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, אזוי אויך האט זיך דער רבי באגריסט און געוואונטשן מזל טוב פאר די זיידע'ס כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א, און מיט כ"ק האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א. פון דארט איז די רבי אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א פון מאנסח נכד אביו הרה"ק מטאהש זי"ע, וועלכע זיצט שבעה נאך א שוועסטער, דער רבי האט געטרייסט און געוואונטשן ברכת תנחומין.
דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאוונט תפילת שחרית בבית מדרשו תפארת משולם אין וויליאמסבורג, די רבי שליט"א האט פארן דאווענען געלייגט תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער דעם רבי'ן געבן שלום. פארנאכטס האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די שמחת החתונה בבית הגה"צ אב"ד ברעזאן שליט"א און האדמו"ר מזלאטשוב וויליאמסבורג שליט"א, ווי ביידע מחותנים פון רבי'ן שליט"א זענען געווען זיידע'ס ביי די חתונה וואס איז פארגעקומען אין קראלי ביהמ"ד אין וויליאמסבורג. דער רבי האט באשיינט ביים מעמד הקבלת פנים, געטרינקן לחיים און געוואונטשן מזל טוב פאר ביידע מחותנים, און פאר די זיידע'ס כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, הגה"צ אב"ד אולם שליט"א, און פאר די חתן און מחותנים. פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן אויפן וועג אהיים לביתו נאווה קודש אין קרית טאהש.















