top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רעים אהובים: שיינעם מסיבת לחיים במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך לכבוד השמחה במעונו פון האד' מבאיאן

  • sfbechatzros
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

א באשיידענע מסיבת לחיים איז דעם זונטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין ירושלים, לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, בנישואי נכדו החתן למזל טוב, וואו דער פוסק הדור שליט"א איז א פעטער ביי די שמחה, נאכדעם וואס די כלה איז אן אייניקל ביי אחיו הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען, א טאכטער ביי זיין איידעם הרה"ג ר' אהרן אויערבאך שליט"א.


שטייענדיג אין די שבעת ימי המשתה, איז דער באיאנער רבי שליט"א אנגעקומען למעון הקודש פונעם גאון אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, מקבל צו זיין דעם ברכת הקודש בעידן חדוותא. די רבי מיטן פוסק הדור זענען געווען מלובש ממגדי שבת און האבן אינאיינעם פארברענגט בנועם שיח א לענגערע וויילע, שמועסנדיג דברי תורה, און עניני דיומא. דער פוסק הדור האט דערביי איבערגעגעבן פארן רבי'ן די נייע ספרים מועדים וזמנים און דערנאך געהייסן אריינברענגען כיבוד.


מען האט דאן געזינגען א ניגון שמחה און דער גאון איז געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, דערנאך איז געשאפן געווארן א התרגשות'דיגע מחול לצדיקים צווישן דעם פוסק הדור און דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס האט אנגעהאלטן לענגערע מינוטן, נאכן באזוך האט די רבי שליט"א באדאנקט און אנגעוואונטשן דעם גאון, ונפרדו לשלום ברוב ברכות.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page