שידוך שליסן פון נכד האד' מבאבוב 45 עב"ג הכלה טאכטער פון ב"א הרה"ג ר' חיים אהרן אונגער רב ביהמ"ד לב אהרן ד'סאטמאר
- sfbechatzros
- לפני 22 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י. שלמה כ"ץ,JDN
ווידעראמאל האבן חסידים ואנשי מעשה זיך מיטגעפריידט ביים שמחת קישור החיתון פון נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וואס איז געשלאסן געווארן בסימן טוב ומזל טוב, וחסידים ברנה יגילו אויף א שיינעם פארנעם.
גער חתן איז א זוהן פונעם רבינס זוהן הרה"צ רבי שלום אונגער שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק, מיט די כלה א טאכטער פון הגאון רבי חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דסאטמאר אין וויליאמסבורג, בן הגה"צ רבי שלום גרשון שליט"א אבדק"ק זאבנא, וואס איז א ברודער פונעם רבי'ן, און איידעם ביי הרה"ג רבי ישראל מנחם ווייס שליט"א מרביץ תורה אין וויליאמסבורג.
דער שידוך איז געשלאסן געווארן פארלאפענעם דאנערשטאג, ליל שישי פרשת לך לך אין שטוב פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, און מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד מסיבת תנאים אין היכל ביהמ"ד לב אהרן דסאטמאר אין וויליאמסבורג.
לרגל השמחה האט זיך אנגעזען א שטראם פון פילצאליגע משתתפים, חסידי באבוב 45, מתפללי ביהמ"ד, צוזאמען מיט די פילצאליגע מעריצים ושומעי לקחיו פונעם דיין שליט"א וועמען דער דיין שליט"א באגלייט אלץ מיט א געוואלדיגן געטריישאפט אין אלע עניני דת ודין, ביי די קאמפליצירטסטע שאלות וואס מאכן זיך נאר.
בראש המסובין האבן מפאר געווען די גרויסע זיידעס און מחותנים, ובראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, צוזאמען מיט פילצאליגע רבנים הגה"צ שליט"א רבני העיר און פון אנדערע מקומות, ובראשם הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א קינדער פון האדמור"ים מסאטמאר.
מ'האט געזינגען ניגוני שמחה, און מ'האט מסדר געווען דעם שטר תנאים, אויף וועלכן עס האבן געחתמ'ט די עדות הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו מראה"ק סאטמאר וויליאמסבורג ובונה ומקים פונעם ביהמ"ד, און הרבני הנגיד ר' יצחק אייזיק דייטש הי"ו ראה"ק באבוב 45.
דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט געליינט דעם שטר תנאים, און האט דערנאך טעלער געבראכן, כנהוג. דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין שיינע ריקודין לכבוד השמחה הרוממה.
במשך השמחה האט מען געהערט די שיינע דברי תורה פונעם מחותן הגאון רבי חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דסאטמאר אין וויליאמסבורג, וועלכער האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו לרגל דעם קישור החיתון פון זיין עלטסטן קינד הכלה תחי', און אפגעגעבן שבח והודיה להשי"ת אויף רוב רחמיו וחסדיו, צו טרעפן אזא פסיגן שידוך מיט זיין חשוב'ן מחותן ש"ב מיט וועמען ער איז בקשר במשך די אלע יארן פריער.
דאן האט מען געהערט דברות קודש פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכער האט ארומגערעדט דברי תורה נחמדים מעניני דיומא. אזוי האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט שיינע ענינים איבער דעם יחוס משפחה פון אלע צדדים און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.








































