top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • sfbechatzros
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 7 דקות
ree

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג האט זיך דער באקאנטער בדחן ר' חיים הערש גלאנצער געגרייט ארויסצוגיין אויף א חתונה קיין בארא פארק, צו דינען אלס בדחן ביים מצוה טאנץ. אין די לעצטע מינוט, איידער ער איז ארויס פון שטוב, האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון איינעם פון די חשובע סאטמארע דיינים, וועלכער האט אים געהייסן בלייבן אינדערהיים נישט נכשל צו ווערן פון חשש טומאת מת. מוצאי שבת קודש האט דער בדחן דערציילט דעם גאנצן מעשה בפרטיות פארן סאטמארער רבי'ן, ביי א שבע ברכות ביי איינע פון די חסידים.


האדמו"ר מפאלטישאן באזוכט בבית גנזיו אין שטוב פון הנגיד ר' יודל מאנדל הי"ו אין וויליאמסבורג וועלכע האט געצייגט זעלטענע כתבי ידות פון די צדיקי הדורות מאוצרו הטוב.

ree

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א ריקוד מיט הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק ביי א משפחה שמחה די וואך.


הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א ביים אפגעבן ברכת מזל טוב פאר האדמו"ר מבאבוב 45 ביים שמחת התנאים פון אן אייניקל דעם מוצאי שבת אין וויליאמסבורג, ווערט געזעהן אינעם הונטערגרונד הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

ree

די דברי חיזוק וברכה וואס די ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א האט איבערגעגעבן דורך א הוק-אפ פונעם לופטפעלד אין שווייץ צום מעמד קבלת פני רבותינו וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין שטאט גענף, נאכדעם וואס ער האט זיך נישט געקענט פערזענליך משתתף זיין מפאת חולשת גופו.


לחיים ולברכה: האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת ביים פארטיילן משקה פאר די חסידים בעת די סעודת החתונה פון בנו החתן די וואך.

ree

העסקן הנמרץ ר' שמעון שישא הי"ו יושב ראש מרכז עזרה ויעוץ ביים ערהאלטן ברכת קדשו פון האדמו"ר מלעלוב ביים שמחת הפארשפיל פון אן אייניקל פאריגן מוצאי שבת.

ree

האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין א ריקוד מיטן ענערגישן עסקן ובריח התיכון פון מוסדות וקהילת ראחמיסטריווקא, הרה"ח ר' משה יהושע קרעמער הי"ו ביים שבע ברכות לרגל נשואי בתו הכלה, פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד בנש"ק ר' יוחנן טווערסקי הי"ו.


האדמו"ר מבאיאן ווערט באמערקט אין די קארידארן פון די תל השומר שפיטאל וואו די רבי האט מבקר חולה געווען ביי איינע פון די חושבע באיאנער חסידים הרה"ח ר' יעקב דוד בן חנה רחל ברים, הזקוק לרחמי שמים. ר' דוד הי"ו וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה אין פאטאגראפיע, איז פלוצלינג צוזאמגעפאלן פארלאפענעם מאנטאג, ביום החתונה בחצר הקודש באיאן, וואו ער איז טאקע געווען באשטעלט אלס דער פאטאגראפירער ביי די שמחה, און זינט דאן געפונט ער זיך אין א קריטישן צושטאנד.

ree

הרה"צ ר' חיים אליעזר ראזנבוים שליט"א בן האדמו"ר מפרעמישלאן וואס דינט אלס משגיח אין ישיבת שערי דוד, ווערט באמערקט אינעם ירושלימער באן-סטאנציע פארנדיג צום עצרת המיליאן אינאיינעם מיט א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה.

ree

האדמו"ר מבאבוב 45 אין א מחול לצדיקים מיט האדמו"ר מסקווירא מב"פ ביים שמחת השבע ברכות במעונו.


מציץ מן החרכים: מתפלל אין בימ"ד סאטמאר אין בארא פארק באמערקט, ווי הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף אבד"ק מכלל יופי, קוקט אראפ דורך די שפאלטענעס פון די מחיצה אינעם עזרת נשים צו זען ווי דאס ביהמ"ד הגדול איז פול מיט הונדערטער אברכי הכולל דעם ערשטן טאג פון זמן, נאך די שמחת הברית פון אן אור אייניקל וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד.

ree

די רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע ביים צוגרייטן די גרויסע שבת אין יוניאן ניו דזשערזי, שבת שבע ברכות בחצר הקודש באבוב 45 אין שפיץ פונעם רבי'ן.

ree

ביים שבע ברכות פאריגע וואך צוגעשטעלט דורכ'ן 'וועד הכשרות' ד'סאטמאר לכבוד דעם יו"ר מערכת הכשרות הרה"ג רבי אלעזר טייטלבוים שליט"א, האט האדמו"ר מסאטמאר פארטיילט א הערליכע מתנה פאר ר' משה לוי ברוין און ר' אלטר ברוך עקשטיין וועלכע זענען עומדים בראש פון די גרעסטע כשרות אפטיילונגען מיט א געוואלדיגע אחריות.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים באשיינט ביים שמחת הבר מצוה פון א זוהן פון דער געטרייער משב"ק הרב אלימלך ווייס הי"ו די וואך.

ree

הגה"צ רבי איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג דינט אלס מסדר קידושין ביי א חופה די וואך לבן אחד ממקורביו.

ree

הגה"צ רבי חיים מאיר קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק ביתר מערקט "קרישקעס" אין די לוד לופטפעלד נאכן זיך אהיימקערן פון אמעריקא, פריער ווי געפלאנט צוליב א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון אביו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.

ree

פריער אין טאג האט "קרישקעס" באמערקט אינעם לופטפעלד האדמו"ר מלעלוב וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארה"ק לכבוד די חתונה פון אן אייניקל. ווערט געזעהן דעם רבינס ברודער ויד ימינו הרה"צ ר' שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב לאנדאן.

ree


הגאון ר' שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה דינט אלס "רב המקדים" ביים וועכנטליכן מוצאי שבת שיעור דורכן ראשון לציון הגאון ר' יצחק יוסף שליט"א אין ירושלים.

ree

מודעה אין פאפא ביהמ"ד אז צוליב די מאראטאן געלויף דעם פארלאפענעם זונטאג אין וויליאמסבורג וועט זיין צוגעשטעלט פרישטאג פאר אלע באי ומתפללי ביהמ"ד.

ree

קליינ'ס שטריימלעך קומט ארויס מיט א רעוואלוציע: פאלדעבל שטריימלעך, פראקטיש פאר נסיעות א.ד.ג.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן ביים אנטוהן דעם שטריימל פארן חתן א זוהן פון מקורבו הרה"ח ר' בנימין שטיינמעץ הי"ו מפארי חסידי וויזניץ לאנדאן.

ree

צעירי אדמור"י בני ברק, האדמור"ים ממבקשי השם און לעלוב סאסנובצא מערקט "קרישקעס" אין א שמועס בסוד שיח ביים לעלובער חתונה די וואך אין בני ברק.

ree

דער מנגן מנגן ר' מושי ראזנבערג הי"ו איז מהנה מיט ניגוני רגש ביים שמחת החתונה פון בנו החתן, בהשתתפות האדמו"ר מסערט וויזניץ וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן פון ארץ ישראל צו די חתונה.


"והייתה משוגע 'ממראה עינך' - גימטריה סמארטפאון". אויסצוג פון דרשת חיזוק פון האדמו"ר ממבקשי אמונה די וואך אין ראם פון ארגון שיעורי תורה אין בארא פארק.


האדמו"ר מסאטמאר ווערט געזעהן בנאות דשא שפאצירנדיג אויף די שטילע גאסן אין נארט מיאמי, באגלייט מיט בנו הגדול הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א.


הרב שלמה באכנער מנהל ומייסד ארגון בוני עולם באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש שליט"א זיך שואל עצה צו זיין בענינים העומדים על הפרק.

ree

הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א ביים טאנצן די רבי ר' אלימלך'ס טאנץ נאכן מתפלל זיין ביים ציון קודש הקדשים אין ליזענסק אינאיינעם מיט א קבוצה בחורים.


עניני דיומא ביי א שבע ברכות בבית מדרשו פון האדמו"ר מתולדות יהודה אין די טעג ארום די וואלן אין ניו יארק סיטי.


טשיקאווער בילד ווי א פרייליכער ירושלימער כולל יונגערמאן מיט א צעבראכענעם פוס האט זיך באקוועם געמאכט אויף א הויכן שטאנג ביים עצרת זעקת התורה אין ירושלים עיה"ק, און זיינע שטעקענס האט אים נישט אפגעהאלטן זיך צו ארויפשלעפן אינדערהייך עטליכע שטאק...

ree

די קעגנזייטיגע הערצה און ידידות צווישן הגה"צ אבד"ק יאוואזשנא שליט"א און הגה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק בית מרדכי ביי א סעודת ברית די וואך אין מאנסי.

ree

חרדי'שער באס דרייווער כאפט אריין זיין יום תהילים זיצנדיג ביים רעדל פונעם באס, ביים גרויסן עצרת המיליאן - זעקת התורה פארגאנגענע וואך אין ירושלים עיה"ק.

ree

ביי די שמחת התנאים בבית הרה"ג רבי חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ באמערקט "קרישקעס" העסקן הרה"ח ר' יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מבאבוב 45 וועלכע האט זיך באדאנקט פאר'ן ארגאניזירן דעם היסטארישן פראטעסט אין מאנהעטען קעגן דעם גזירת הגיוס.

ree

די ברידער און שוואגערס האדמור"ים והרבנים בני האדמו"ר מצאנז זצ"ל פון בארא פארק טאנצן מצוה טאנץ ביים שמחת החתונה די וואך בבית הגה"צ רבי קלמן הלברשטאם האדמו"ר מצאנז קרית יואל.

ree

מכתב חיזוק אונטערגעשריבן דורך מערערע חכמי ספרד צום ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א מחזק צו זיין דעם גאון מיט זיין אומבויגזאמע שטעלונג קעגן דעם ביטערן גזירת הגיוס, זייענדיג טאג-און-נאכט פארנומען לוחם צו זיין קעגן די שונאי התורה, אז די לומדי תורה זאלן קענען לערנען במנוחה.

ree

הגה"ח ר' אהרן הערשלער הי"ו מפארי חסידי אלכסנדר געזעגענט זיך מיט רירנדע ווערטער פונעם אלטן נאסטאלגישן אלכסנדר ביהמ"ד וועלכע איז איינגעווארפן געווארן אין די טעג אין בעפארגרייטונג צום אויפבוי פונעם ביהמ"ד החדש.


הגה"צ רבי מרדכי האלפרין אבד"ק ראדומישלא ביתר באגלייט ארויס זיין שווער האדמו"ר מאמשינוב נאכן מנחם אבל זיין על פטירת אביו גאב"ד ראדומישלא זצ"ל.

ree

הגאון ר' שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה איז מספיד לפני מיטתה פון אמו הרבנית ע"ה ביים לוויה די וואך אין ירושלים.


כבוד התורה: די מלכות'דיגע מאטארקאדע פון די גדולי ישראל ביים מסע הגדולים אין שווייץ די וואך.


האדמו"ר מסקולען ירושלים אין לאס אנדזשעלעס ביים הנחת תפילין פון אן אייניקל פונעם בעל האכסניא הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו, א זוהן פון זיין איידעם הנגיד ר' שמואל בנימין איינהארן הי"ו.


הרב בנציון שטאנגער משב"ק האדמו"ר מוויזניץ און הרב זעליג קארניצער מנאמני ביתו פונעם רבי'ן ביים מנחם אבל זיין בבית האבלים ביי משפ' הירשלער אין לאנדאן, ע"פ הרה"ג ר' שמעון הירשלער זצ"ל, מגיד מישרים.

ree

אויסצוג פון א שיעור דורך הגאון רבי בנימין אייזנבערגער אבד"ק היכל התפילה אין בארא פארק אין די טעג ארום די וואלן אין ניו יארק סיטי.


מלחמה איבערלעבער הרה"ח הישיש ר' יצחק לעפקאוויטש הי"ו ביים בלאזן שופר בשעת קבלת עול מלכות שמים ביים עצרת המיליאן בשערי ירושלים.


די פארשריט ביים עבודת הבני' פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק, וואס שפאנט פאראויס מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.

ree

הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר ראש הכוללים דגור בן האדמו"ר מגור ווערט געזעהן אויפן בית החיים אין קווינס וואו ער האט פוקד געווען דעם ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל.

ree

בחורי חמד תלמידי המתיבתא אין שיכון סקווירא ביים משמח זיין א חתן מתלמידי הישיבה, מיט אייגנארטיגע ערליכע טענץ.


חסידי תולדות אברהם יצחק באגלייטן אריין האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק מיט פרייליכע טענץ לביתו נאווה קודש, נאכן זיך אהיימקערן פון שפיטאל נעכטן מיטוואך אוונט.


ביים חתונה בבית הרה"ח ר' געציל בערגער הי"ו מקורב לצדיקי בית סקולען, מערקט "קרישקעס", הרה"ח ר' אברהם יצחק בלום הי"ו משב"ק אין סקולענער הויף אין א שמועס מיטן לעגענדארע מקורב לגדולי ישראל הרה"ח ר' בנציון באדנער הי"ו.

ree

דער מעיאר פון נוף הגליל, רונן פלוט באזוכט די וואך בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא, וועלכער האט באדאנקט דעם ראש העיר פאר זיינע אויפטוהונגען לטובת די היימישע ציבור אין שטאט.

ree

צווישן די פילע משתתפים ביי די שמחת הבר מצוה לבן הרה"ח ר' אלימלך ווייס הי"ו משב"ק האדמו"ר מקרעטשניף י-ם מערקט "קרישקעס" הרב משה יוסף צימענט משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן.

ree

הנגיד ר' דוד באללאג ראש הקהל אין ציריך שווייץ ביים פירן דעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א אין זיין אויטא אנקומענדיג אויפן קורצן באזוך אין שטאט.

ree

האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים איבערגעבן "שבת געלט" כנהוג, פארן בדחן ר' יונתן שווארץ הי"ו נאכן אויסרופן דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ ביי א חתונה די וואך אין בארא פארק.

ree

עסקני ק"ק סאטמאר באזוכן אין דעם גיגאנטישן "גרינהאוז קאמפלעקס" אין וויליאמסבורג איבערצוגײן די דעטאלן און אויסשטעל פונעם חתונה הגדולה פונעם ערשטן אור אייניקל פון האדמו"ר מסאטמאר.

ree

הרה"צ ר' שלמה צבי אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור איז מנחם אבל ביי הנגיד ר' יוסף ארי' בריננער הי"ו פטרון ארגון תורתו דחסידי גור, נאך די פריצייטיגע פטירה פון זיין אשת חיל.

ree

ותשלם את המלאכה: נייע שילד ביים ביהמ"ד הגדול סאדיגורא לאנדאן נאכפאלגנדיג די חגיגת חנוכת הבית פארן ביהמ"ד החדש פארלאפענע וואך.

ree

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים מעמד תפילת רבים אויפן ציון הק' פונעם חזון איש זצוק"ל אין טאג פון די הילולא די וואך.


המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב איז מתפלל ביים קבר רחל אמנו אין טאג פון די יארצייט י"א חשון.

ree

ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביים אראפשטייגן דעם פריוואטן פליגער אינעם לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל נאכן קורצן באזוך אין שווייץ לטובת דער קרן עולם התורה.

ree

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי איז מנדב דעם פרנס היום אין די וויזניצער ש"ס חבורה מאמר מרדכי, דעם מיטוואך ביום החתונה פון בתו הכלה.

ree

האדמו"ר מבאבוב-45 ביים אנוואונטשן מקורבו הרב וואלף רייכעבערג הי"ו ביים שמחת הווארט פון אן אייניקל, וואו ר' וואלף איז געווען שדכן.

ree

די בחורים קאפעליע תלמידי המתיבתא ד'באבוב 45 ביים מהנה זיין בפרקי שירה וניגוני התעוררות ביים מעמד קבלת בשמחת בית באבוב 45 פאריגע וואך.

ree

א ברכת מזל טוב לכבוד הרה"ח ר' אהרן וויינשטאק הי"ו משב"ק האדמו"ר מלעלוב לרגל די בר מצוה פון בנו היניק.

ree



bottom of page