top of page
ניחום אבלים ביי הגאון ר' שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה על פטירת אמו הרבנית ע"ה | בילדער
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


שידוך שליסן פון החתן נכד האד' מדאראג עב"ג הכלה אייניקל פון אבד"ק מאור חיים ירושלים
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פרייטאג ערב שבת איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, די חתן א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' אשר ראזענפעלד שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב קארלין זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' וועלוויל ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל מיכל שידראוויצקי שליט"א מסטרעטין, די שמחת הווארט איז פארגעקומען ערב שבת נאכמיטאג אין שטוב


האדמור"ים מבאבוב 45 און ראחמיסטריווקא אונטערגענומען קורצן בליץ באזוך קיין שיקאגא לרגל א משפחה שמחה
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יעקב וועלנער דעם דאנערשטאג זענען די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעפלויגן אינאיינעם קיין שיקאגא וואו זיי האבן באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה אין די משפחה בבית הגה"צ רבי משה יוסף אונגער שליט"א אבד"ק ווייטצען שיקאגא, בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, בנישואי בתו למזל טוב, מיט די חתן א זוהן פון הגה"צ רבי יהושע אשר ווייסבלום שליט"א אבד"ק סערצין. אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען


מעמד התחלת לימוד משניות דורך אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון די סניפי המוסדות אין קרית יואל
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג. נעכטן מאנטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעשטאט א באזוך אינעם בנין התלמוד תורה 'בנין ווידער פאלאטשעק' אין קרית יואל וואו די רבי האט מפאר געוועהן די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון די מוסדות אין קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע אנגעפירט דורך די מנהלים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה א


צענדליגער אדמור"ים רבנים ואישי ציבור ביים חתונה בבית העסקן הרב חיים אהרן קויפמאן הי"ו יו"ר וועד הישיבות
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש צענדליגער אדמור"ים, רבנים וראשי ישיבות ובראשם גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן האבן די וואך מיטגעהאלטן די חתונה אין בני ברק פון החתן בן זקונים פון שולחי דרבנן העסקן הרב חיים אהרן קויפמאן הי"ו יושב ראש וועד הישיבות, מיט די כלה טאכטער פון העסקן הרב יעקב יאקאבאוויטש הי"ו, איידעם פון הגה"צ רבי יצחק ישעי' ווייס גאב"ד נווה אחיעזר. צווישן זיי האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מוויזניץ, סלאנים, מאחנובקא בעלזא, ביאלא ישרי לב, אופאלע, ספינ


דאפלטער שמחה ביי חתונה פון החתן בן זקונים פון האד' מסקווירא מב"פ מיט הכלה בת אחיו הרה"צ ר' פנחס טווערסקי שליט"א
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בקול צהלה ורינה איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג לך לך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מב"פ, מיט הכלה בת אחיו הרה"צ ר' פינחס טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל מב"פ און איידעם ביי הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א מטריסק. די מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין די זאלן פון אנשי ספרד, ווי מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא העסקן ר' יונתן שווארץ האט אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין


רירנדע מעמד 'כוללות קוויטל' פאר טויזנטער ילדי תשב"ר חסידי בעלזא אלס השלמה פון ימי הרחמים והרצון העעל''ט
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק א מחזה הוד והדר האט זיך אפעגעשפילט נעכטן מאנטאג אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ווען די טויזנטער זרע ברך השם ילדי תשב''ר פון די עלטערע כיתות אין די מוסדות הקדושים דחסידי בעלזא בארץ הקודש, רבנן ותלמידיהון, האבן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביי עטרת ראשם כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א אלס השלמה פון די ימי הרחמים והרצון העעל"ט. אין די לעצטערע יאהרן איז איינגעפירט אין בעלזא דער מעמד הכוללות קוויטל


כיצד מרקדין: גרויסן ציבור מיטגעהאלטן שמחה רוממה ביי חתונה אין קראלער הויף
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה ובחדוה האבן זיך חסידים ואנשי מעשה משמח געווען ביים געהויבענעם שמחת נישואין אינעם קראלער הויף, וואס איז אפגעהאלטן געווארן דעם מאנטאג נאכט אין בית המדרש הגדול קראלי אין וויליאמסבורג. בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן המופלג, א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' אברהם ברוך פריעדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ברעזאן שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, און איידעם ביי הגה


להודות ולהלל: סעודת הודאה לרגל יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף בצל האד' מקרעטשניף סיגעט | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן


מעמד קביעת מזוזה אין די נייע חידושפולע האלסעיל געשעפט מאטי'ס - מיטיב אין מאנסי בראשות אדמור"י ורבני העיר
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


געהויבענע רבישע חתונה אין לאנדאן בבית מודזיץ - סלאטפינע - ליעזש - טשענגער
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש לעצטן דינסטאג פ' נח אין אווענט איז אפגעהאלטן געווארן אין לאנדאן גאר א שיינע געהויבענע רבי'שע שמחה למזל טוב, בשעה טובה איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החשוב אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א מליזענסק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' העניך טייטלבוים שליט"א ראש ישיבת אהל תורה לאנדאן, זון פון הגה"צ אב"ד סלאטפינא זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אב"ד טש


האד' מבאבוב-45 געפראוועט געהויבענעם שבת של שמחה אין יוניאן, ניו דזשערזי
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דער שבת של שמחה וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט געפראוועט שבת פ' לך לך אינעם נייעם חסידישן יישוב אין יוניאן ניו דזשערזי איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש והתרגשות דקדושה, א שבת מעין עולם הבא. א יום טוב'דיגע שטימונג האט זיך געשפירט ביי די פילע תושבים אין שטאט האבנדיג די זכיה אז דער רועה נאמן די רבי שליט"א איז אנגעקומען לעשות את השבת - א שבת של שמחה - בקרב תלמידיו וחסידיו, לרגל די שבת שבע ברכות פון אן אייניקל, די כלה


חבורת בחורים דק"ק וויען פייערן סיום ספה"ק מאור ושמש והתחלת לימוד ספה"ק סידורו של שבת
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די בחורי חמד, תלמידים און חסידים פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די "חבורת בחורים", האבן מיט גרויס התרגשות געפייערט דעם סיום ספר הקודש מאור ושמש און די התחלה פון ספר הקודש סידורו של שבת, ביים גרויסן מעמד וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת קודש לך, מחזק צו זיין דער לימוד ספרי חסידות אויף א געהויבענעם שטייגער. די חבורה פון די וויענער בחורים גייט אן שוין א לענגערע צייט, ווען די בחורים הערן כסדר דברי חיזו


תפילת רבים: מעמד עצרת תפלה והתעוררות לרפאות כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער הונדערטער חסידי תולדות אברהם יצחק זקנים עם נערים פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך פאריגע וואך פארזאמלט אויף א גרויסע עצרת תפילה והתעוררות אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים, איינצורייסן ביים נורא עלילה און מעורר זיין רחמי שמים מרובים פארן ספר תורה השרוי בצער, רבם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה. די גרויסע עצרת איז


מעמד הודאה בחצה"ק קרעטשניף י-ם לרגל יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף נאך שרעקליכן קאר עקסידענט
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער דעם דאנערשטאג העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד הודאה בחצר הקודש קרעטשניף י-ם, לרגל דעם יום ההצלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל און להבלחט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א. דער יום ההצלה איז אפגעצייכנט געווארן זעכציג יאר דערנאך וואס דער רבי זצוק"ל און זיין זוהן, דער רבי שליט"א, זענען אינעם טאג ט"ז חשון שנת תשכ"ו אדורך א שווערן עקסידענט, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון קרית


פתיחת זמן החורף: שיינעם באזוך פון האד' ממודזיץ אין ישיבה לצעירים אהל תורה לאנדאן
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ראש חודש חשון בעת דער באזוך פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א אין שטאט לאנדאן לרגל די חתונה פון אן אייניקל, איז דער רבי ערשינען אין ישיבת "אהל תורה" וואס שטייט בנשיאותו פונעם מחותן אבי הכלה הגה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוים שליט"א וואו מען האט געדאווענט מנחה, דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד פתיחת הזמן. דער מחותן די ראש ישיבה האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טרעפליכע דברי ברכה, און דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן א שיעור כללי אין די


דערהויבענע מעת לעת אין דאראג - אונגארן ביי מסע הקודש פון האד' מדאראג צום הילולא פון זקינו הרה"ק האמרי שפר זי"ע
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט רגשי קודש און התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי דאראג אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא, הרה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זי"ע, בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש, כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, וואס האט ווי יאהר יערליך געפראוועט דער הילולא סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט דאראג אין אונגארין, און איז היי יאהר געווען קאמבענירט מיטן מעמד הכנסת ספר תורה בחצות דאראג. די קייט פון די ימי אורה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג


בארא פארק לבשה חג: שמחת החתונה אין הויפן פון מאשאלאו – קאלוב - אוהעל - קאסאן הילקרעסט
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט התרגשות פון שמחה האבן זיך תלמידי וחסידי מאשאלאו מיטגעפריידט ביי די געהויבענע ימי שמחה אינעם רבינס הויף, בנישואי בתו הכלה וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אויף א מלכות’דיגן פארנעם, מיטוואך נח אויפדערנאכט אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין שטאט בארא פארק בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה תחי’, טאכטער פון כ"ק אדמו"ר ממאשאלאו שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, מיטן חתן הרב מנח


מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן ליכטיגער שבת מלא דביקות און שמחה בצל הקודש פון האד' מלעלוב
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול פון אמעריקא כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער איז געקומען צו פארן אויף א באזוך לרגל די חתונה פון אן אייניקל, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווען דעם שבת שבע ברכות אין בני ברק ביי וועלכן די רבי האט אפגעראכטן זיין געהויבענע עבודת הקודש ווי טויזנטער אידן האבן זיך געווייקט בצילו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז ידוע א


להודות ולהלל: חסידי וויזניץ פייערן 24 יאר פון רבינס צוריקקער קיין וויזניץ בשילוב מיט שמחת האירוסין בחצה"ק
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחצר הקודש וויזניץ איז פאראיבער א שבת מרומם בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס האט געוויילט שבת בתוככי קרית וויזניץ אין בני ברק, נאך עטליכע וואכן זינט די ימים טובים וואס די רבי האט פארוויילט אין מושב אורה אויף אפרוה. במיוחד איז דעם שבת אפגעצייכנט געווארן דער צוויי הונדערט'סטע הילולא קדישא פונעם ראש שושליתא דדהא דער הייליגער אהבת שלום פון קאסוב און דער שבת יארצייט פונעם רבינס שווער כ"'ק אדמו"ר


bottom of page

