top of page
תלמידי וחסידי וויען האלטן מיט געהויבענעם חתונה פון נכד האד' מוויען אין שטאט בארא פארק
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידי וחסידי וויען האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די שמחת נישואין פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יואל ווייסמאנדל שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' פנחס אלי' קופפערמאן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' חיים אויש שליט"א אבד"ק וואולקאן, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חינקא, במעמ


נעילת השמחה אין חצה"ק סקווירא געפייערט ביי לעצטע שבע ברכות אינאיינעם מיט מעמד הסיומים
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN נאך די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש סקווירא האט נאכגעפאלגט א פרייליכע וואך פון שמחות שבע ברכות מדי לילה בלילה. צום הויכפונקט איז פארגעקומען די צענטראלע שבע ברכות און נעילת ימי השמחה אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא במקהלות אלפי החסידים. די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אינאיינעם מיט די סיומי מסכתות במסגרת עמוד יומי און דער סיום הלכות שבת במסגרת שונה הלכות. דער מחותן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א האט געמאכט


גייסטרייכע שבת אין קאנעטיקוט פאר תומכים פון "מרכז מוסדות בעלזא" בראשות הרב שלום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א גייסטרייכע שבת התעלות "שבת מלכות" איז אפגעראכטן געווארן דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת תולדות ספעציעל געווידמעט פאר די נדיבים בעם חסידי בעלזא בארצות הברית וועלכע האבן ביישטייערט באדייטענדע סומעס לטובת "מרכז מוסדות בעלזא", דער שבת איז באשיינט געווארן דורכן אורח הדגול הרב ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז געקומען צופארן לעשות את השבת בשליחות הקודש פונעם בעלזא רב שליט"א. הרב ר' שלום שליט"א האט געלאדנד


שמחת שבע ברכות אין בארא פארק דורך גה"צ ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן לרגל חתונה פון אייניקל
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפאנעם וואך איז פארגעקומען אין בארא פארק די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען ובעל ויען דוד, לרגל די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער פון חתנו חביבו הגה"צ רבי יהושע חיים אריה שפיטץ שליט"א ראש ישיבת עץ חיים ווילרייק מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, ביי די שמחה האבן מפאר כבוד געווען מערערע אדמור"ים ורבנים, צווישן זיי כ"ק א


פרייליכע חתונה במעונו פון האד' מהארדענקא פארגעקומען אין שטאט בני ברק; פילע אדמור"ים ורבנים באטייליגט
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן פילצאליגע ידידים ומעריצים האבן דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג מיטגעהאלטן די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' ישראל אהרן הורוויץ שליט"א אדמו"ר מבאסטאן מאנטשעסטער, מיט די חתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא אשדוד שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וצהלה אין די זאלן פון כתר הרימון אין בני ברק. בראש השמחה האט זיך אנגעזעהן די געהויב


שלום העיר: מאכטפולער אמעריקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן באזוכט ביי האד' מסקווירא
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN א מלכות'דיגע אויפנאמע איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין שיכון סקווירא, אין עהרע פון דער הויכגעשעצטער פעדעראלער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, דער דריט-העכסטער פיגור אין לאנד, וועלכער האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אין ראם פון זיין באזוך אין די ראקלענד קאונטי אומגעגנט אין באגלייטונג פון הויכראנגיגע באאמטע, צווישן זיי דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון ראקלענד קאונטי מייק לאולער אנטיילצונעמען ביי עטל


שיינער חתונה פון החתן בן הגה"צ ר' הערשל האגער אבד"ק עטרת צבי - לאנדאן מיט הכלה טאכטער פון האד' מקאזניץ
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א שיינע שמחה איז פארגעקומען אין שטאט תל אביב ווען כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה מיטן חתן בנן של קדושים א זון פון הגה"צ רבי הערשל האגער אב"ד עטרת צבי אין גאלדערס גרין זון פון הגה"צ רבי גרשון האגער אב"ד בית ישכר דוב און איידעם פון הגה"ק בעל משנה הלכות מאונגוואר זצ"ל, די שמחה איז געפראוועט געווארן אין די גרויסער האנגער זאל אין שטאט מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים א


האד' מאלכסנדר בארא פארק צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין בני ברק | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די וואך שבת איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק געווען צוגאסט אין שטאט בני ברק, וויילנדיג אויף א באזוך די טעג אויף א באזוך בקרב חסידיו אין ארץ ישראל, די רבי שליט"א האט געפראוועט די תפילות און טישן בבית מדרשו אויף די חזון איש גאס, וואו פילע חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן די שולחנות הטהורות דורכאויס שבת. מלוה מלכה האט די רבי אפגעראכטן אינאיינעם מיט די בחורי הקהילה פון אלע יארגענג.


התרגשותדיגע שמחת פדיון הבן בחצרות תולדות אברהם יצחק- טשארנאביל- קאלוב
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי פ. א התרגשות'דיגע שמחה איז געפראוועט געווארן די וואך אין ירושלים, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א האט געדינט אלס כהן הפודה ביים שמחת פדיון הבן פון אן אור אייניקל. דער רך הנולד איז אן אייניקל ביים רבינס איידעם הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א, בן הבכור ביי זיין יונגסטן איידעם הרב משולם זוסיא טווערסקי זוהן פון הרה"צ רבי יחיאל טווערסקי שליט"א און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א. די שמחה איז פארגע


יהדות ארה"ק אין פייערדיגן ברען נאך כינוס אדיר אסיפת הצלה בראשות הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דער קידוש שם שמים האט דעם מוצאי שבת קודש וישלח אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו ביים היסטארישן כינוס האדיר ''אסיפת הצלה'' אין בני ברק דורך א ציבור עצום פון רבבות אלפי ישראל וואס זענען געשטאנען צונויפגעזאמלט כאיש אחד בלב אחד זיך צו דערווארעמען און זיך צו דערהייבן נענטער צום אויבערשטן, און מקבל זיין פרישע גדרים וסייגים קעגן די שרעקליכע נסיונות הדור די פגעי הטעכנאלאגיע. דער אסיפת הצלה איז דאס געשפרעך פון טאג ביים יהדות החרדית, אנגעהוי


וישישו בשמחה: פילע חסידים ומעריצים מיטגעלעבט פייערליכע שמחת החתונה בחצר תולדות משה
מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי. ק פילע הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן פאריגע וואך מיטגעלעבט שעות פון התרוממות הנפש ביים חתונה הגדולה בבית כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א בנישואי בתו למזל טוב, מיט החתן אן אייניקל פון הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק און א אייניקל פון הגה"צ אבד"ק ערלוי צפת זצ"ל, וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין בני ברק. די שמחה איז געקומען צום קלימאקס בעת די ריקודין לכבוד שמחת חתן


שריפה אין בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית טאהש קאנאדע פאראורזאכט ערנסטע שאדן
מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם דאנערשטאג נאכט אינעם בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית טאהש קאנאדע, פאראורזאכנדיג ערנסטע שאדן פאר די גאנצע געביידע. די פייער האט זיך אנגעהויבן אין די בוילער רום ווען א עלעקטעריק שטאנג האט אנגעהויבן ברענען, און פארשפרייט רויעך אינעם גאנצן ארום. ביז געציילטע מינוט האט זיך די פייער צושפרייט צום כולל וואס איז סטאנציאנירט אויפן זעלבן שטאק, די כולל אינגעלייט האבן אנפאנג פראבירט צו לעשן דעם בוילער רום, א


הילולא דצדיקאי: יארצייט פון הרה"ק רבי יעקב דוד מאמשינוב זי"ע בצל נכדו האד' מאמשינוב
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם וואך מיטוואך ויצא באישון ליל איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור וסעודת הילולא לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי יעקב דוד מאמשינוב זי"ע, אין אמשינובער ביהמ''ד אין בית וגן. דער רבי האט טועם געווען פון די לעקאך און בראנפן און זיך געוואשן צום סעודה, געזאגט תורה און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, פארן בענטשן איז די גאנצער ציבור דורך באקומען פירות, און דערנאך האט די רבי


להסיר מכשול: שערוריה אין לשכת ביד"ץ עדה החרדית איבער "געפרינטע מזוזות" פארקויפט פאר היימישע אידן
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די אנגייענדע שערוריה איבער די פסול'ע מזוזות וואס ווערן ליידער פארקויפט דורך שווינדלער מכשילי הרבים האט פון פריש אויפגעפלאמט דעם מיטוואך אינעם בית דין הגדול שבירושלים, העדה החרדית, ווען די שרי התורה חברי הביד"ץ זענען ערציטערט געווארן ביים זען מיט די אויגן א פעקל "געפרינטע מזוזות" וואס איז פארקויפט געווארן פאר א היימישן איד אין ירושלים. די מזוזות זענען געברענגט געווארן דורך א בחור וואס לערנט אין א באקאנטע ישיבה אין ירושלים, אלס א


קורצע באזוך פון האד' מסקאליע אין לאנדאן לכבוד די חתונה בבית אחיו הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א מסקאליע
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענע וואך האבן תושבי לאנדאן הבירה מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פונעם ברודער הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א, איידעם ביי הנגיד החסיד ר' ישעי' וואלף לעוו ז"ל ראש הקהל סאטמאר לאנדאן, מיט דער כלה א טאכטער פון הרב ישראל סאפרין שליט"א פון לאנדאן, א זון פון הגה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין


גרויס התעוררות ביי השתטחות אויפ'ן ציוה"ק פונעם הייליגן בת עין אין צפת בראשות הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל, JDN דער הויכפונקט פונעם הילולא קדישא פון די הייליגן בת עין זי"ע במחיצתו פונעם משפיע מפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז געווען דעם מאנטאג נאכט בליל ההילולא קדישא אין עיה"ק צפת באתרא קדישא דמר מקום מנוחת קדשו אשר ישועות בו מקיפות. נאכן געהויבענעם התוועדות רבתי במעמד אלפי ישראל וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת בעפאר די הילולא איז די משפיע שליט"א ארויסגעפארן צום הייליגן שטאט צפת.


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם אייגנארטיגן ביטול היש פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים זיך שטעלן צום בילד מיט א זילבערנעם שטעקן וואס ער האט געבארגט פון איינע פון די רבנים המשתתפים ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל די וואך. אינטערסאנטע באגעגעניש די וואך צווישן הרה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק ביתר בן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א. א אידישער אפיציר ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמ


האד' מקארלסבורג געפראוועט שב"ק בבית מדרשו של אביו הרה"ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל אין בני ברק
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN די וואך שבת פ' ויצא איז כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א געווען צוגאסט אין שטאט בני ברק און האט געפראוועט דעם גאנצן סידורו שבת במקום שהתפללו אבותיו, בבית מדרשו של אביו כ"ק אדמו"ר הרה''ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל בעל דעת כהן, אין ספינקא ביהמ"ד אויף רחוב רבי יהושע אין בני ברק. די רבי שליט"א איז געווען צוגאסט אין ארץ ישראל לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל הי"ו מיט אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט


קני המנורה: דיינים פון אלע סקווערער שטיבלעך געלאדענט צו מסיבת שבע ברכות במעון הקודש פון האד' מסקווירא
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.,JDN פארלאפענעם ליל שישי איז אפגעראכטן געווארן אן ערהאבענע שמחת שבע ברכות בחצר הקודש סקווירא אינאיינעם מיטן מעמד קני המנורה ספעציעל געווידמעט אלס היסטארישע צוזאמקום פאר אלע דיינים יושבים על מדין אין די שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כשהשמחה במעונו. די שבע ברכות איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטוב בביתו נאו


קְדֹשׁ הֵיכָלֶךָ: שמחת הברית מילה פון נכד האדמור"ים ממונקאטש און וויען
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א און א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, דער רך הנולד איז א א זון פון הרה"ג ר' יהושע כ"ץ שליט"א ראש הכולל וויען בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א. דינסטאג אוונט איז פארגעקומען די שמחת הוואכנאכט אין שטוב פונעם זיידן הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א, וואו דער עלטער זיידע האדמו"ר ממונקאטש האט באשיינט דער


bottom of page

