top of page
בארא פארק: שמחת הברית פון הרך הנולד אור אייניקל ביי האדמור"ים מבאבוב 45 און סטריזוב
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י דעם אנהייב וואך איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, א אייניקל ביי חתנו הרה"צ ר' שמחה רובין שליט"א מנהל רוחני בישיבת אור ישראל בן הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב שליט"א און אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען במעונו פונעם עלטער זיידן דער סטריזובער רבי אין בארא פארק, נאכגעפאלגט מיט די סעודת מצוה אינעם בנין ביהמ"ד הגדול באב


געהויבענער שבת מיט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין אתרא קדישא מירון בצל כנפיו פון התנא רשב"י
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד מלכה, מ. אדלער,JDN א שיינעם שבת איז געפראוועט געווארן די וואך פרשת ויגש בצל הקודש פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט א גרויסן קבוצה תלמידים וחסידים וועלכע האבן ווי יאר יערליך מיטגעהאלטן דעם שבת עילאה במחיצתו פונעם רב שליט"א, א שבת שכולו עונג רוחני בצל כנפיו פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. ערב שבת האט דער רב שליט"א געדאוונט תפילת מנחה ביים קבר התנא רבי יוחנן הסנדלר און דערנאך איבערגעגעב


אלפי בני ציון תלמידי תלמוד תורה ד'באבוב פייערן הכנסת ספר תורה לעי"נ הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה בונה ומקים הת"ת
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און עקסטאז האבן אלפי בני ציון היקרים תלמידי תלמוד תורה בני ציון ד'באבוב מיטגעהאלטן א געהויבענע מעמד אדיר ומרומם הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בנין התלמוד תורה, נדבת משפחת רובין המעטירה, קינדער פון הרבני הנגיד המרומם ר' לייבל רובין ע''ה מגדולי תומכי בית באבוב און בונה ומקים פונעם בנין התלמוד תורה הנקרא על שמו בנין לייבל רובין. שוין עטליכע וואכן וואס די קינדער גרייטן זיך בהכנה דרבה צום גרויסן מעמד און אין


עבד לעבדי ה': לעגענדארער משב"ק אדמור"י פשעווארסק הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל נפטר געווארן
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בצער רב טוען חסידי פשעווארסק און אידן איבער די גאנצע וועלט באוויינען די פטירה פון הרה"ח המפואר רבי שמואל ברוך נאה ז"ל, דער לעגענדארער משמש בקודש פון אדמור"י בית פשעווארסק פאר קרוב צו א יובל יארן כולן שוין לטובה, וועלכע איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר. ר' שמואל ברוך ז"ל איז געבוירן געווארן חנוכה שנת ת"ש אין נאנאש אונגארן צו זיין פאטער הרה"ח רבי חנניה יום טוב ליפא נאה ז"ל, און האט בחסדי השי"ת נאך מצליח געווען זיך ארויסצוראטע


האד' מוויען באזוכט בקרב עדת צאן מרעיתו אין ארה"ק; געהויבענעם שבת התאחדות מיט בחורי החסידות אין ירושלים
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער ווי באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אונטערגענומען א קורצן געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, און האט געפראוועט א שבת מרומם אין עיה"ק ירושלים מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל. דורכאויס די וואכן טעג האט דער רבי שליט"א געדאוונט די תפילות אין ביהמ"ד פאפא אויף רח' יואל, דאנערשטאג האט די רב עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, נאכן דאווענען איז מען דורך שלום נעמען פונעם חשובן גאסט.


נייע ארגון "קומי אורי" געגרינדעט דורך חצה"ק סערט וויזניץ אין חיפה מקרב צו זיין לבבות ישראל לאבינו שבשמים
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש אין א היסטארישע ווענדפונקט איז געגרינדעט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א א נייע "קירוב ארגיניזאציע" מיטן נאמען "קומי אורי" ווי עס ווערט אוועקגעשטעלט א ספעציעלע קבוצה חסידי סערט וויזניץ ארומצוגיין און מקרב זיין שוואכערע אידן פון שטאט חיפה און די ארומיגע צפון שטעט, וועלכע האבן א צמאון און א מבוקש נתקרב צו ווערן לאבינו שבשמים. דער ארגאניזאציע ווערט אוועקגעשטעלט, נאך די לעצטערע פאר יאר זינט די ביטערע "שמחת תורה מלחמה" אין יאר


דעטרויט - שיקאגא - מאנטריאל: האד' מלוצק נעמט אונטער לענגערע מסע הקודש לערי הגולה
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א אונטערגענומען א לענגערע נסיעה לערי הגולה אין אמעריקא און קאנאדע, מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, חסידיו ומעריציו צווישן די שטעט. דעם אנהייב וואך איז דער רבי אפגעפלויגן קיין דעטרויט אין מישיגן אויף א קורצע באזוך אויפצונעמען דעם ציבור לעצה ולברכה און פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם פעטער הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע וואס ליגט באערדיגט אויפן בית עלמין אין דעטרויט. פון דארט וועט די רבי שליט"א ממשיך זיין


עוז ואורה: גרויסן ציבור ביי חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סקולען ירושלים
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן דעם מיטוואך ויגש העעל"ט, פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול סקולען ירושלים אויף רחוב חנה, לע"נ הרב החסיד ר' יעקב צבי וויינגארטן ע"ה, נדבת לבם פון זיינע חשובע קינדער. די מעמד האט זיך אנגעהויבן ביים סיום כתיבת האותיות אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יצחק משה יאגודה שליט"א אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולין ירושלים שליט"א וועלכע האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און דערנאך


האד' מאמשינוב אויף א באזוך ביים שוואגער האד' מקוזמיר נאכן וויילן שבת אין בני ברק
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין שטאט בני ברק, נאכן געהויבענעם שבת וואס די רבי האט געפראוועט אין שטאט די וואך פרשת ויגש העעל"ט, איז היינט אויפדערנאכט אריבערגעגאנגען אויף א באזוך למעונו פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א. דער רבי שליט"א האט געמאכט דעם וועג צופיסנס פון די אכסניא, היות ער האט נאכנישט געמאכט הבדלה פון שבת כדרכו בקודש. דער קוזמירער רבי שליט"א מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, א


אפדעיט: אפעראציע ביי האד' מספינקא באקרוינט מיט הצלחה; כלל ישראל ווייטער מתפלל לרפואתו
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש יעצט נאכמיטאג אין אמעריקא האבן ספינקא חסידים אויפגענומען די גוטע נייעס, אז די אפעראציע וואס כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א איז אריבער אין שפיטאל, איז ב"ה באקרוינט געווארן מיט הצלחה. ווי ברייט באריכטעט איז דער רבי היינט פארמיטאג אריבער א אפעראציע אין די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער רבי איז די לעצטע תקופה נישט בקו הבריאות ליידנדיג אויף פארשידענע מיחושים ל"ע. די רבי שליט"א איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל, און וועט אין די קומענדיגע


כינוס פאר תלמידי ישיבה קטנות דחסידי סקווירא פון אלע סניפים לרגל התייסדות מפעל 'עוסקים בתורה'
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. פארלאפענעם מאנטאג זאת חנוכה האבן זיך פארזאמלט די אריבער זיבן הונדערט תלמידי ישיבות קטנות דחסידי סקווירא פון איבער גרעיטער ניו יורק, ניו דזשערזי און קאנאדע, אויף אן ערשטמאליגן כינוס מיטן נאמען עוסקים בתורה. די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא, ווי עס האבן זיך באטייליגט די תלמידים פון די סקווירא ישיבות קטנות פון בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, שיכון סקווירא, מאנטיסאלאו, לעיקוואוד און מאנטריאל, אין שפיץ


למען הציל: שטורמישע אסיפת הרבנים אין ירושלים קעגן גזירה איומה פון געפלאנטן חוק הגיוס היל"ת
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש א היסטארישע אסיפת הרבנים איז אפגעהאלטן געווארן דעם נעכטיגן זונטאג און עיר הקודש ירושלים, ווען א רייע גדולי ישראל, אדמור"ים רבנים און משפיעים פון די חסידישע און ספרדישע קרייזן פון גאנצן לאנד האבן זיך פארזאמלט, צו באהאנדלן די שרעקליכע מצב אנבאלאנגט דעם גזירת גיוס הנוראה וועלכע פארשטערקערט זיך מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ובפרט מיטן פינסטערן חוק הגיוס וועלכע ווארט אין די קומענדיגע טעג און וואכן אויף אן אפשטימונג אין כנסת, וואס לויטעט איבערצוג


לקיים בנו חכמי ישראל: האד' מאוסטראוו קאלושין אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון כ''ק האדמו''ר מאוסטראוו קאלושין שליט''א פון סידערהוירסט וועלכער איז נעכטן אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. דער רבי שליט''א האט געליטן פון א נעמאניע און בנוסף האט זיך די רבי היינט געמוטשעט מיטן אטעם, דעריבער האבן די דאקטוירים געראטן צו נעמען דעם רבי'ן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען, און אידישע קינדער זענען מתפלל פאר מרן דוד בן בא


שיינעם חנוכה באזוך פון האד' מטאהש אין תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש אין מאנסי
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך בימי החנוכה בעת דער באזוך פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אין ניו יארק לרגל די שמחת התנאים פון אייניקל, איז דער רבי אריבערגעפארן אויף א באזוך אין דער טאהשער תלמוד תורה עבודת משולם פייש אין מאנסי, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די תינוקת של בית רבן. דערנאך האט די רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע ילדי התלמוד תורה און געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די מלמדים און מקורבים אין א זייטיגער שטוב אין תלמוד תורה, באלד דערויף איז


פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט״א פארברענגט א גיוס באפעל פון א ישיבה בחור ביי מעמד שריפת הפתילות
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש אן אינטערסאנטע ערשיינונג האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם דאנערשטאג במעון קדשו פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ווען דער גאון שליט"א האט פארברענט א 'צו גיוס' וואס איז אין די טעג אנגעקומען צו א ישיבה בחור. די עפיזאד האט זיך אפגעשפילט דעם דאנערשטאג ביים מעמד 'שריפת הפתילות' אין שטוב פונעם פוסק הדור שליט"א, וואס איז געווען מיט די באטייליגונג פון די חברי הכולל 'תשובות והנהגות'. איידער די מעמד, האט דער ראש


אויסטערלישע שמחה ביי חגיגת הכנסת ספר תורה אין ראחמיסטירווקא הויף נדבת הנגיד החסיד רר זרח גליק הי"ו
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך מיט גרויס שמחת התורה האבן פילע חסידי ראחמיסטריווקא אין עיה"ק ירושלים אנטיילגענומען ביים חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אריינגעגעגבן געווארן דורך הנגיד החסיד רבי זרח גליק הי"ו פון בארא פארק איש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער האט געלאזט שרייבן א ספר תורה מהודר לעילוי נשמתם פון זיינע עלטערן, און לזכותו ולכבודו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. די ספר תורה איז פייערליך אריינגעגעבן געווארן


האד' מסאטמאר באזוכט די בוי ארבעט ביי די נייע פראכטפולע תקנה חתונה זאלן ״עדן יואל״ און ״עדן אלטא פייגא״
זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באזוכט אין די בוי ארבעט ביי די צוויי שפאגל נייע פרעכטיגע חתונה תקנות זאלן, וואו עס זעצט פאר די פיהערהאפטיגע עבודת הבני' מיט א גאלאפירענדע שנעלקייט, זיך גרייטנדיג בקרוב ממש אפצורעכטן די ערשטע חתונות צווישן די ווענט פון די צוויי נייע זאלן וואס וועלן שטארק לינדערן די קריזיס פון חתונה זאלן אין שטאט און די אומגעהויערע חתונה קאסטן פון מחותנים. די


גיגאנטישער "מעקאליף שולע" קאמפלעקס אין דזשעקסאן ווערט איבערגענומען דורך בארימטע לעיקוואדער ישיבה
זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש אין די לעצטע טעג איז באשטעטיגט געווארן, אז די בארימטע לייקוואודער ישיבה וועט בעזהשי״ת איבערנעמען דעם גרויסן קאמפלעקס פון די מעקאליף שולע געביידעס אין דזשעקסאן. דער קאמפלעקס גייט אריבער מרשות הדיוט לרשות גבוה, און וועט פארוואנדלט ווערן אלס איינס פון די הויפט צענטערן פאר די טויזנטער לומדים, אברכים ובעלי בתים, וואס וועלן דארט קובע זיין זייער מקום ללימוד התורה. די לייקוואודער ישיבה איז וועלט בארימט אלס איינס פון די גרעסטע מקומות התורה איבער


חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק לעי"נ הרה"ח ר' דוד משה דייטש ז"ל
זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן בחוצות ירושלים פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, לע"נ הרב החסיד ר' דוד משה דייטש ע"ה, די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך די חברי השיעור וואס ר' דוד משה ז"ל פלעג איבערגעבן טאג טעגליך אין ביהמ"ד. אין די טעג בעפאר די מעמד זענען די קינדער און נדבני הספר תורה ארומגעגאנגען בבתי גדולי ישראל, אריינצושרייבן ד


לתקופת השנה: מעמד רבתי "פך שמן טהור" ליל זאת חנוכה אין ק"ק סאטמאר מאנסי לטובת מוסדות על טהרת הקודש
זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם זונטאג נאכט, אין דעם עת רצון ומסוגל בליל זאת חנוכה, זענען הונדערטער סאטמארער חסידים תושבי מאנסי זיך צונויפגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה ד'סאטמאר אויף דעם מעמד רבתי "פך שמן טהור” להחזקת "קופת חינוך הטהור" וואס האט נאכגעפאלגט דעם מעמד הדלקת הנרות פון כ”ק גאב”ד סאטמאר מאנסי שליט”א ברב עם הדרת מלך ובפרסומי ניסא. דער "קופת חינוך הטהור" איז אין דעם נאכט פון זאת חנוכה אריבער א תקופת השנה זינט דער גרינדונג פון דעם קופה מיט גע


bottom of page

