top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כינוס פאר תלמידי ישיבה קטנות דחסידי סקווירא פון אלע סניפים לרגל התייסדות מפעל 'עוסקים בתורה'

  • Bechatzros admin
  • 29 בדצמ׳ 2025
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.

פארלאפענעם מאנטאג זאת חנוכה האבן זיך פארזאמלט די אריבער זיבן הונדערט תלמידי ישיבות קטנות דחסידי סקווירא פון איבער גרעיטער ניו יורק, ניו דזשערזי און קאנאדע, אויף אן ערשטמאליגן כינוס מיטן נאמען עוסקים בתורה.


די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא, ווי עס האבן זיך באטייליגט די תלמידים פון די סקווירא ישיבות קטנות פון בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, שיכון סקווירא, מאנטיסאלאו, לעיקוואוד און מאנטריאל, אין שפיץ פונעם רבינ'ס זון הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א.


אנהויב די מעמד איז סערווירט געווארן א רייכע סעודה לכבוד היום פאר אלע בחורים. דערנאך האט מען געהערט דעם דבר המעמד פון הרב משה יודא פישל שליט"א יושב ראש מפעל עוסקים בתורה, וואס האט פארגעלייגט פאר די בחורים די פונקטליכע דעטאלן פון די פריש געגרינדעטע 'עוסקים בתורה' פראגראם, ווי די בחורים פארהערן זיך אויף די לימודים וואס מ'האט געלערנט דורכאויס די ישיבה קטנה יארן און דערנאך איז מען זוכה צו די זעלטענע מתנת קודש צו ערהאלטן הושענות אדער שמן זית פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס די רבי וועט פארטיילן פאר די בחורים, געוואנדן לויט וויפיל בלעטער מ'האט זיך פארהערט.


דאן האט מען געהערט די ווערטער פונעם רבינס זון הרה"צ ר' יצחק שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון די בחורים וואס זיצן און לערנען און פארהערן זיך אויף די לימודים, זייענדיג דערביי קונה עולמות של תורה.


צום שלוס האט מען געהערט א דרשה פונעם נואם בחסד עליון הרה"ג ר' סענדר אויסטערליץ שליט"א מדייני הקהלה, וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה פון די בחורים, צו ערהאלטן אזא זעלטענע מתנת קודש פונעם רבי'ן שליט"א, אלס מתן שכרה בצידה.



תגובות


bottom of page