top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לתקופת השנה: מעמד רבתי "פך שמן טהור" ליל זאת חנוכה אין ק"ק סאטמאר מאנסי לטובת מוסדות על טהרת הקודש

  • Bechatzros admin
  • לפני שתי דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש

ree

דעם פארלאפענעם זונטאג נאכט, אין דעם עת רצון ומסוגל בליל זאת חנוכה, זענען הונדערטער סאטמארער חסידים תושבי מאנסי זיך צונויפגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה ד'סאטמאר אויף דעם מעמד רבתי "פך שמן טהור” להחזקת "קופת חינוך הטהור" וואס האט נאכגעפאלגט דעם מעמד הדלקת הנרות פון כ”ק גאב”ד סאטמאר מאנסי שליט”א ברב עם הדרת מלך ובפרסומי ניסא.


דער "קופת חינוך הטהור" איז אין דעם נאכט פון זאת חנוכה אריבער א תקופת השנה זינט דער גרינדונג פון דעם קופה מיט געוני א יאר בעפאר ליל זאת חנוכה תשפ”ה לפ”ק, און זינט דאן ווערט נאר שטערקער דער חיזוק והתרוממות וואס די מנהלי המוסדות הק' עטה"ק פון ארה”ק געניסן פון דעם קופה, אדאנק די ווארימע אנשלוס און שותפות פון תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי מאנסי.


צום באשטימטן שעה איז דער רב שליט"א ערשינען בהיכל ביהמ"ד הגדול בדחילו ורחימו, צוגעגרייט די מנורה און געצינדן די נרות חנוכה, וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך כל העדה הקדושה בפרסומי דניסא.


דאן האט נאכגעפאלגט דער "קינדער-כאר" דורך די תלמידי המוסדות, ווען מען האט דערגרייכט דעם פיוט פון "חשוף" איז ארויפגעקומען דער חזן ומשורר נפלא הרה"ח ר' יואל ברוין הי"ו וועלכע האט מהנה געווען דעם ציבור מיט א הערליכער חזנות שטיקל.


נאך די זמירות ושירות איז מען אריבער צום צווייטן טייל פונעם מעמד - דער מגבית לטובת "קופת חינוך הטהור"


צום ערשט האט דער רב שליט"א ארומגערעדט גאר הערליכע דרושים, דאן האט דער רב שליט"א שטארק ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע אויפטוה און דערגרייכונג מיט דעם "קופת חינוך הטהור” וואס גייט שוין אן פאר א קיילעכיגער יאר מיט גרויס הצלחה.


דער רב האט שטארק ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' צו שטיצן און אונטערהאלטן דעם הייליגן ארמיי - די העלדישע מנהלי המוסדות עטה”ק פון ארה"ק, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע שותפי ומחזיקי הקופה וכל הקהל הקודש.


דערנאך האט אויפגעטראטן הרה"ח רבי שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו מחשובי חברי הקהילה וועלכע האט מיט זיין באצויבערנדע שפראך געשילדערט דער באדייט פון א מנהל עטה"ק, וועלכע איז נע ונד אגאנץ יאר צו קענען דעקן דעם בודזשעט פון זיין חינוך הטהור, און די געוואלדיגע חוב און אחריות אלס תלמידי הרה"ק מסאטמאר זי"ע זיי צו שטיין צו די האנט, זיי אונטערהאלטן און מחיה זיין למען המשכת חינוך הטהור בפלטרין של מלך.


דאן איז מען צוגעטראטן צום קלימאקס ווען דער ציבור הגדול האט זיך געשטעלט אין די רייע אדורכצוגיין ביים רב שליט"א איבערגעבן די שטרי השותפות פונעם קופה און גלייכצייטיג מקבל זיין געבענטשטע מטבעות פונעם רב שליט”א באגלייט מיט ברכות לרוב.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page