אפדעיט: אפעראציע ביי האד' מספינקא באקרוינט מיט הצלחה; כלל ישראל ווייטער מתפלל לרפואתו
- Bechatzros admin
- 29 בדצמ׳ 2025
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש

יעצט נאכמיטאג אין אמעריקא האבן ספינקא חסידים אויפגענומען די גוטע נייעס, אז די אפעראציע וואס כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א איז אריבער אין שפיטאל, איז ב"ה באקרוינט געווארן מיט הצלחה.
ווי ברייט באריכטעט איז דער רבי היינט פארמיטאג אריבער א אפעראציע אין די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער רבי איז די לעצטע תקופה נישט בקו הבריאות ליידנדיג אויף פארשידענע מיחושים ל"ע. די רבי שליט"א איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל, און וועט אין די קומענדיגע טעג זיך ווייטער ערהוילן בביתו נאווה קודש בעז"ה, בעת כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה, מרן נפתלי צבי בן פערל.
אין ביהמ"ד הגדול ספינקא אין בארא פארק האט מען זיך צוזאמגענומען אויף א מנין תהלים ברוב עם, אויסצופועל'ן א גאנצע רפואה פארן רבי'ן בכלליות און בפרט אז די היינטיגע פראצעדור זאל דורכגיין כשורה אן קיין מכשול.







תגובות