אלפי בני ציון תלמידי תלמוד תורה ד'באבוב פייערן הכנסת ספר תורה לעי"נ הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה בונה ומקים הת"ת
- Bechatzros admin
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד און עקסטאז האבן אלפי בני ציון היקרים תלמידי תלמוד תורה בני ציון ד'באבוב מיטגעהאלטן א געהויבענע מעמד אדיר ומרומם הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בנין התלמוד תורה, נדבת משפחת רובין המעטירה, קינדער פון הרבני הנגיד המרומם ר' לייבל רובין ע''ה מגדולי תומכי בית באבוב און בונה ומקים פונעם בנין התלמוד תורה הנקרא על שמו בנין לייבל רובין.
שוין עטליכע וואכן וואס די קינדער גרייטן זיך בהכנה דרבה צום גרויסן מעמד און אין די פארגאנגענע טעג איז אפגעהאלטן געווארן א אייגנארטיגע מעמד סיום כתיבת האותיות אין ביהמ''ד פונעם תלמוד תורה ווי אלע קינדער האבן מיטגעהאלטן ווי זייערע מלמדים שרייבן אריין אותיות אין די ספר תורה.
די הכנסת ספר תורה איז פארגעקומען בקול צהלה ורנה נעכטן מאנטאג ט' טבת א טאג בעפאר די צווייטער יארצייט פון הנגיד ר' לייבל ע''ה געאייגענט מיוחד פאר די תלמודי התלמוד תורה און איז געווען בראשות פונעם מנהיג העדה און נשיא המוסדות כ''ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
די גאנצע מעמד איז געווען הערליך צוגעשטעלט כראוי לכבודה של תורה און עס האבן מהנה געווען א בחורים כאר מתלמידי הישיבה, די תהלוכה איז ארויס פונעם בנין התלמוד תורה און ארומגעפארן די גאנצע גאס ווי די ילדי התלמוד תורה זענען געווען אויסגעשורהט לענגאויס ביידע זייטן פון די גאס, בשעת די תהלוכה איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א קעגן געקומען די ספר תורה און איבערגענומען דעם ספר און דערמיט געטאנצן ביזן אנקומען צום טויער פונעם בנין.
די ריקודין לכבודה של תורה האט פארגעזעצט אין די אולם הייטנער בבנין התלומד תורה ווי הויך שטאקיגע פארענטשעס איז געווארן אויפשטעלט פאר די תלמידים צו קענען גוט מיטהאלטן די ריקודין קדישין וואס דער רב שליט"א האט אפגעראכטן בשלהבת אש, בעת די תלמידים טאנצן מיט בכל כוחם.
דער רב שליט"א איז געטאנצן מיט די קינדער און איינקילעך פון ר' לייבל, מיט די מלמדים און מנהלים פון אלע כתות, און מיט די בני משפחת המלוכה בניו וחתניו הרבנים שליט"א. דערנאך האט דער רב שליט"א אריינגעפירט דעם ספר תורה אינעם ספעציעל געבויעטן ארון קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור פארגעזעצט מיט ובנוחה יאמר פארגעזינגען דורך א הערליכע כאר פון די תלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רב שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים און משמיע געווען אמרי קודש, צום ערשט א דרוש לכבוד נתינת ספר תורה כנהוג און דערנאך א שמועס פאר די ילידי התלמוד תורה, וואו דער רבי האט מעלה געווען זכרו הטוב פונעם אומפארגעסליכן נדיב ר' לייבל ע"ה וואס האט אויסער אלע זיינע מעשי צדקה וחסד עקסטער מקיים געווען דעם כי לא תשכח מפי זרעו, און געגאסן אוצרות מיט געלט פאר הרבצת תורה ויראה פון תינוקת של בית רבן, און מנדב געווען דעם ריזיגן בנין וואס איז טאקע נקראת על שמו וואס דאס איז אויסער די בניני התלמוד תורה אין מאנסי און אין ירושלים, די בנין הישיבה קטנה אין בני ברק און נאך פיל, דער רב שליט"א האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידים און מרביצי תורה און פאר משפחת רובין שיחי'.
דערנאך האט דער רב שליט"א פארטיילט מזונות פאר אלע קינדער ווי די תלמידים זענען אריבער א שעה צייט אדורך כבני מרון, און דערמיט איז די מעמד געשלאסן געווארן נאך עטליכע געהויבענע שעות של תענוג רוחני וואס וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע תלמידים.




































































