עבד לעבדי ה': לעגענדארער משב"ק אדמור"י פשעווארסק הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל נפטר געווארן
- Bechatzros admin
- לפני 10 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש

בצער רב טוען חסידי פשעווארסק און אידן איבער די גאנצע וועלט באוויינען די פטירה פון הרה"ח המפואר רבי שמואל ברוך נאה ז"ל, דער לעגענדארער משמש בקודש פון אדמור"י בית פשעווארסק פאר קרוב צו א יובל יארן כולן שוין לטובה, וועלכע איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר.
ר' שמואל ברוך ז"ל איז געבוירן געווארן חנוכה שנת ת"ש אין נאנאש אונגארן צו זיין פאטער הרה"ח רבי חנניה יום טוב ליפא נאה ז"ל, און האט בחסדי השי"ת נאך מצליח געווען זיך ארויסצוראטעווען פון די ברענענדיגע אייראפע. אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת חכמי לובלין ביים פוסק הדור הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל, שפעטער ווען די משפחה האט זיך באזעצט אין פאריז פראנקרייך האט זיך ר' שמואל ברוך ע"ה באקענט מיט די פשעווארסקער צדיקים הרה"ק רבי איציקל זי"ע און חתנו הרה"ק רבי יענקעלע זי"ע, און יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואס איז געווען זיין בן גילו, און זינט דאן האט ער אנגעהאלטן דעם שטארקן התקשרות עד יומו האחרון.
נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין בריסל, וואו ער איז געווען א מלמד און געדינט אלס דער שטאטס חזן אינעם בית הכנסת הגדול אין שטאט, נאכן הסתלקות פון הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע ווען מ'האט געזוכט א געטרייער גבאי פארן ממלא מקום הרה"ק רבי יענקעלע, האט דער רבי זצוק"ל אריבערגערופן ר' שמואל ברוך ע"ה און אים פארבעטן צו זיין גבאי ועל פיו ישק כל דבר, ר' שמואל ברוך האט טאקע אנגענומען דעם פאסטן און זיך אריבערגעצויגן קיין אנטווערפען, ווען פון יענעם מאמענט אן איז ער אריין אין א גאלדענע קייט פון שימוש בקודש, זייענדיג א 'עבד נאמן' במלוא מובן המילה.
ר' שמואל ברוך ע"ה איז געווען דער מוליך ומביא פון אלע ענינים אין פשעווארסקער הויף, זיין עבודת הקודש איז געווען ארומגענומען מיט א זעלטענע איבערגעגעבנקייט, יום ולילה לא שבת ווען ער האט זיך אוועקגעגעבן פארן רבי'ן און עפעס אנדערש האט ביי אים נישט עקזיסטירט, שטייענדיג גרייט ווי א געטרייער זעלנער אויסצופירן רצון קדשו.
אויך נאך די הסתלקות פון הרה"ק רבי יענקעלע זי"ע האט ער ממשיך געווען צו דינען אלס משמש בקודש פנימה ביי יבדל לחיים טובים ארוכים כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וואו ער האט ווייטער אנגעהאלטן זיינע אפציעלע תפקידים ווי שרייבן קוויטלעך, שטעלן וויין, הזכרות, און אזוי ווייטער ביז זיינע לעצטע כוחות עד זיבולי בתרייתא.
צענדליגער יארן איז ער געווען דער קביעות'דיגער קוויטל שרייבער, און אויך די לעצטע יארן לימי חייו ווען ער איז שוין געווען אפגעשוואכט און זיינע הענט האבן נישט געהעריג געדינט, האט ער מיט איבערמענטשליכע מסירות נפש ווייטער געשריבן די קוויטלעך ביים רבי'ן.
ר' שמואל ברוך איז געווען א אוצר בלום פון תורה וחסידות, א תלמיד חכם ויושב אוהל וואס אפילו צווישן איין קוויטל און דעם צווייטן האט ער אלס אריינגעקוקט אין א ספר, חסידי פשעווארסק ווייסן צו דערציילן איבער די לאנגע שעות וואס הרה"ק ר' יענקעלע זי"ע האט מיט אים פארברענגט אין אלע מקצועות התורה, במיוחד איז ר' שמואל ברוך ע"ה צו פארדאנקן די הונדערטער טעיפס פון שיעורים און שיחות קודש וואס איז פארבליבן פון ר' יענקעלע זי"ע וואס ער האט רעקארדירט און אריינגעלייגט אן עבודה רבה עס זאל פארבלייבן לדורות הבאים.
במיוחד איז ער געווען באקאנט אלס א געוואלדיגער מבין אין נוסחאות הנגינה, א "מכבד ה' מגרונו" מיט א קול נעים, צענדליגער יארן האט ער געדינט אלס בעל תפילה פארן עמוד אין פשעווארסק, און אלס חזן אין די גרויסער אוסטן שול, ביי די שמחות און חגים וזמנים אין פשעווארסקער הויף פלעג ער כסדר מהנה זיין מיט שיינע פארצייטישע ניגונים און גראמען וואס האבן דערווארעמט די הערצער.
נאנט צו צוואנציג יאר האט ער זיך ליידער געמוטשעט מיט שווערע יסורים, ליידנדיג פון די פארקינסאן קרענק, טראץ די יסורים איז ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש כפי יכלתו, בפרט אין יאר תשס"ה מיט די פריצייטיגע פטירה פון זיין זון הרה"ח ר' משה יצחק ז"ל הי"ד וועלכע איז טראגיש אומגעקומען בדמי ימיו, האט ר' שמואל ברוך ע"ה דאן מקבל געווען די גזירה באהבה, און האט ממשיך געווען זיין הייליגן ארבעט מיט א שמייכל אויפן פנים.
ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, צווישן זיי עטליכע צאצאים וואס זענען ממשיך מיט די עבודת הגבאות אין פשעווארסקער הויף, אריינגערעכנט זיין איידעם הרה"ח ר' אהרן משה ריינער הי"ו קוויטל שרייבער, און זיין אייניקל הרה"ח ר' נפתלי נאה הי"ו נאמן בית כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.




























