לקיים בנו חכמי ישראל: האד' מאוסטראוו קאלושין אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג
- Bechatzros admin
- 29 בדצמ׳ 2025
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון כ''ק האדמו''ר מאוסטראוו קאלושין שליט''א פון סידערהוירסט וועלכער איז נעכטן אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.
דער רבי שליט''א האט געליטן פון א נעמאניע און בנוסף האט זיך די רבי היינט געמוטשעט מיטן אטעם, דעריבער האבן די דאקטוירים געראטן צו נעמען דעם רבי'ן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען, און אידישע קינדער זענען מתפלל פאר מרן דוד בן באשא לרפואה שלימה וחיזוק כוחותיו בקרוב.
מטעם קהילה קדושה פיטסבורג איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה מיט א רוף פאר די חסידים צו מתפלל זיין פארן חתנא דבי נשיאה דער אוסטראוו קאלושינער רבי שליט"א וואס איז אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל אמונת אברהם מפיטסבורג זצ"ל וועמענס יארצייט געפאלט היינט נאכט ליל עשרה בטבת.








תגובות