top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע ארגון "קומי אורי" געגרינדעט דורך חצה"ק סערט וויזניץ אין חיפה מקרב צו זיין לבבות ישראל לאבינו שבשמים

  • Bechatzros admin
  • 30 בדצמ׳ 2025
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע ווענדפונקט איז געגרינדעט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א א נייע "קירוב ארגיניזאציע" מיטן נאמען "קומי אורי" ווי עס ווערט אוועקגעשטעלט א ספעציעלע קבוצה חסידי סערט וויזניץ ארומצוגיין און מקרב זיין שוואכערע אידן פון שטאט חיפה און די ארומיגע צפון שטעט, וועלכע האבן א צמאון און א מבוקש נתקרב צו ווערן לאבינו שבשמים.


דער  ארגאניזאציע ווערט אוועקגעשטעלט, נאך די לעצטערע פאר יאר זינט די ביטערע "שמחת תורה מלחמה" אין יאר תשפ"ד, ווען גאר אסאך שוואכערע אידן האבן באקומען א צמאון צו גיין העכער אין אידישקייט און זיך דערנענטערן צום אייבערשטן, און זיי זיכן מיט דארשט ווער עס זאל זיי געבן די נויטיגע הדרכה עצה חיזוק ותושי' אין דעם הינזיכט, דעריבער האט כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וועלכע פירט זיין הערליכע קהלה אין שטאט חיפה, אוועקגעשטעלט די נייע ועד 'קומי אורי' וואס זאל זיך אפגעבן מיט די ריכטיגע קירוב מיטלען אין די צפון געגענט אין ארץ ישראל, ווי עס איז פארהאן  אסאך פון די סארט אידן וועלכע זיכן סיפוק אין אידישקייט צוליב דעם וואס זיי וואוינען ווייט פון די ערליכע חרד'ישע ישובים.


אין די ערשטע שטאפלען פון די נייע ארגיניזאציע, איז שוין אוועקגעשטעלט געווארן א ספעציעלע סדר אז חשובע אינגעלייט תלמידי חכמים, פארן ארויס אויף א רעגלמעסיגע פארנעם צו די ארומיגע שטעט נעבן חיפה, און פארלערנען שיעורי תורה אין זייערע בתי מדרשים, איבערגעבן די שיעורים אויף א וועג וואס זאל ארויסברענגען די ריכטיגע מתיקות התורה, אריינבאקן אמונה טהורה ואמונה פשוטה, ארויסברענגען דעם זיסקייט און לעכטיגקייט צו זיין א ערליכע איד.  


באזונדער וועט אהערגעשטעלט ווערן מטעם די ועד, וויכטיגע קורסן וויאזוי צו קענען ריכטיג איבערגעבן די שיעורים אז עס זאל זיין נתקבל על הלב, און די פאסיגע דברי תוכן וואס עס זאל איבערגעגעבן ווערן ביי די שיעורים. דערויף גרייט מען זיך צו פארברייטערן דעם אירגון אויף נאך פארשידענע סארט אופנים מיט נאך אנדערע ערליי מיטלען וויאזוי אריינצוגעבן די ריכטיגע טעם און אידישקייט פאר די סארט אידן המשתוקקים וצמאים לדבר ה'.


אין די טעג איידער חנוכה איז פארגעקומען א כינוס פתיחת האירגון פאר אלע חשובע אברכים חסידי סערט וויזניץ וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם הייליגן אירגון "קומי אורי" אין שטוב פון העסקן הרב ר' אברהם שטערן שליט"א, וועלכע איז בפועל אויפגעקומען מיטן רעיון און געעפנט די ארגיניזאציע נאכן ערהאלטן ברכתו ועידודו פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, ווי עס האט אויפגעטרעטן הרב ר' אליעזר יחזקאל גרוסמאן שליט"א מראשי ישיבות מגדל אור פאר בעלי תשובה ומורה צדק ברמת ויזניץ חיפה, וועלכע האט איבערגעגעבן די נויטיגע הדרכה פאר די אינגעלייט חברי הארגון, וויאזוי זיי זאלן איבערגעבן די שיעורים אז עס זאל זיין ריכטיגע נתקבל על הלב פון די שומעים.


און אנגעהויבן פון די פארלאפענע ימי האורה ימי החנוכה איז פארגעקומען די ערשטע שיעורים אין די געגענטער ארום חיפה, מיט די האפענונג צו זיך פארברייטערן אין נאך צפון שטעט, און מיט נאך פארשידענע ערליי מיטלען למען הרבות את קירבות בני ישראל לאבינו שבשמים.



bottom of page