פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט״א פארברענגט א גיוס באפעל פון א ישיבה בחור ביי מעמד שריפת הפתילות
- Bechatzros admin
- 29 בדצמ׳ 2025
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש

אן אינטערסאנטע ערשיינונג האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם דאנערשטאג במעון קדשו פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ווען דער גאון שליט"א האט פארברענט א 'צו גיוס' וואס איז אין די טעג אנגעקומען צו א ישיבה בחור.
די עפיזאד האט זיך אפגעשפילט דעם דאנערשטאג ביים מעמד 'שריפת הפתילות' אין שטוב פונעם פוסק הדור שליט"א, וואס איז געווען מיט די באטייליגונג פון די חברי הכולל 'תשובות והנהגות'. איידער די מעמד, האט דער ראש המצילים העסקן הדגול הרב שמעון שישא שליט"א יושב ראש מרכז עזרה וייעוץ פארגעשטעלט פארן גאון א בחור און דערציילט אז ער איז הערשט יענעם טאג באפרייט געווארן פון דער מיליטערישער טורמע נאכן שמאכטן זעכצן טעג אין תפיסה, און איצט פאדערט דער מיליטער פון אים זיך צו שטעלן אין צום מיליטער דינסט דעם קומענדיגן זונטאג.
דער גאון האט געזאגט מיט א שטארקייט: "מ'טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס. פייפט זיי אן!" און דערביי האט דער גאון גענומען דעם גיוס באפעל און דאס אריינגעוואפרן אין די מדורה, בשעת ווען די משתתפים די חברי כולל תשובות והנהגות האבן אויסגעבראכן אין פייערדיעג ריקודין 'וכל קרני רשעים'.














תגובות