גיגאנטישער "מעקאליף שולע" קאמפלעקס אין דזשעקסאן ווערט איבערגענומען דורך בארימטע לעיקוואדער ישיבה
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש

אין די לעצטע טעג איז באשטעטיגט געווארן, אז די בארימטע לייקוואודער ישיבה וועט בעזהשי״ת איבערנעמען דעם גרויסן קאמפלעקס פון די מעקאליף שולע געביידעס אין דזשעקסאן. דער קאמפלעקס גייט אריבער מרשות הדיוט לרשות גבוה, און וועט פארוואנדלט ווערן אלס איינס פון די הויפט צענטערן פאר די טויזנטער לומדים, אברכים ובעלי בתים, וואס וועלן דארט קובע זיין זייער מקום ללימוד התורה.
די לייקוואודער ישיבה איז וועלט בארימט אלס איינס פון די גרעסטע מקומות התורה איבער דער גאנצער וועלט, און שליסט איין טויזנטער טויזנטער לומדים, אברכים ובחורי חמד, וואס זענען זיך מיגע על התורה מיט א געוואלדיגן שקידה און פלייס.
די ישיבה איז כסדר מרחיב די גבולי הקדושה מיט פרישע בנינים, און מיט א צייט צוריק איז אונטערגעקומען פאר די ישיבה דער פרישער קאמפלעקס פון די מעקאליף שולע געביידע אין דזשעקסאן, וועלכע האט ביז לעצטנס געדינט אלס פובליק שולע, אבער נאכדעם וואס אסאך סטודענטן האבן פארלאזט די שולע אין די לעצטע יארן, איז די שולע געשלאסן געווארן, און די געביידע איז ארויסגעשטעלט געווארן צום פארקויף.
די אורגינעלע סומע וואס איז פארלאנגט געווארן פאר דעם קאמפלעקס איז געווען 54 מיליאן דאלאר. אבער מיט דער צייט, ווען עס האבן זיך נישט געיאוועט קיין קונים, איז דער פרייז גענידערט געווארן. די הנהלת הישיבה פון די לייקוואודער ישיבה האט אריינגעגעבן אן אנבאט פון 40 מיליאן דאלאר פאר דעם גאנצן קאמפלעקס.
אין די טעג איז באקאנט געווארן, אז די טאונשיפ פון דזשעקסאן האט אנגענומען דעם אנבאט פון די ישיבה, און די ישיבה וועט באקומען דעם מקח אויף דעם גיגאנטישן קאמפלעקס.
דער קאמפלעקס באשטייט פון עטליכע בנינים מיט איבער 130,000 סקווער פוס, מיט גענוג פלאץ צו קענען אקאמודירן צווישן 2,500 און 3,000 פרישע לומדים בליעה״ר וכ''י.



