האד' מאמשינוב אויף א באזוך ביים שוואגער האד' מקוזמיר נאכן וויילן שבת אין בני ברק
- Bechatzros admin
- 29 בדצמ׳ 2025
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין שטאט בני ברק, נאכן געהויבענעם שבת וואס די רבי האט געפראוועט אין שטאט די וואך פרשת ויגש העעל"ט, איז היינט אויפדערנאכט אריבערגעגאנגען אויף א באזוך למעונו פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א. דער רבי שליט"א האט געמאכט דעם וועג צופיסנס פון די אכסניא, היות ער האט נאכנישט געמאכט הבדלה פון שבת כדרכו בקודש.
דער קוזמירער רבי שליט"א מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, און נאך שאילת שלום מיט א קעגנזייטיגע הערצה וחביבות, האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס, בדברי תורה, סיפורי צדיקים, און נאך פארשידענע עניינים וואס האט אנגעהאלטן אריבער א שעה צייט. נאך דעם לענגערן שמועס האבן די שוואגערס האדמור"ים געטרינקען לחיים און דער קוזמירער רבי האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן לרחובה של עיר, ונפרדו לשלום בברכות לרוב.

















