top of page
ותלמידו בידו: סיום מסכת קידושין דורך תלמידי מכינה לישיבה קטנה ד'סאטמאר וויליאמסבורג
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת פ' נח העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג צו באשיינען די מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדות סאטמאר כיתה ט' - מכינה לישיבה וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר. במשך די מעמד האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשובע רבנים אויפן אויבן אן, צווישן זיי אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15' טע עוו. שליט


מי ראה אלו יוצאים: צענדליגער אדמור"ים ורבנים מאורי וגדולי ישראל ביים היסטארישן עצרת המיליאן | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


יערליכע נסיעה דורך האד' מסאדיגורא ירושלים צום שטאט סאדיגורא לרגל די הילולא קדישא פון הייליגן רוזשינער זי"ע
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א האט כמידי שנה בשנה אפגעראכטן א דערהויבנער נסיעה צום עיר תהילה סאדיגורא, אינאיינעם מיט א גרופע חסידים, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מרוזשין זי"ע וואס איז אויסגעפאלן שבת פ' נח ג' חשון. פרייטאג ערב שבת איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' בראש קהל חסידיו און מעתיר געווען בתפילה ותחנונים א לענגערע צייט לישועות הכלל והפרט. די קלימאקס פון די נסיעה איז געווען דער דערהויבענ


ניחום אבלים ביי הגרי"ד גראסמאן רב פון מגדל העמק על פטירת אחיו ע"ה | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דורכאויס די ימי השבעה צו די פטירה פון הגה"ח רבי בן ציון גראסמאן זצ"ל האבן פילע אדמור"ים, רבנים, ראשי הישיבות און אישי ציבור מנחם אבל געווען ביי אחיו הגה"צ רבי יצחק דוד גראסמאן רב פון מגדל העמק און די אנדערע ברודער און קינדער הרבנים שליט"א, צווישן זיי איז געווען כ"ק האדמורי"ם מצאנז, מאחנובקא בעלזא, דאראג, לעלוב, סאדיגורא, פינסק קרלין, בישטינא - פתח תקווה, מבקשי אמונה, בוטושאן, בערגסאז, לעלוב בראנוביץ, און סטרעט


הגאון ר' משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף ואתו עמו גדולי וחכמי התורה ביים עצרת המיליאן - זעקת התורה
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: דוד ארזני


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מסורת אבות: האד' מסאטמאר איבערראשט די זינגערס גייענדיג צו א חופה די וואך אין קרית יואל, וואו די רבי האט געהייסן די מוזיקאנטן זינגען בלויז "מי בן שיח" כנהוג — און נישט קיין איינע פון די נייע ניגונים וואס האבן זיך לעצטנס אריינגעכאפט ביים היימישן ציבור. הבהרה: ביים חופה בבית סקווירא אין בארא פארק ווערט קלארגעשטעלט אז עס ווערט נישט אפגעכאפט קיין ווידיאו, נאר בלויז א לייוו הוק-אפ פאר די קרובי המשפחה פון אויסלאנד. האדמו"ר מקאפיטשני


בראש העדה: כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ביים עצרת המיליאן - זעקת התורה בראש קהל חסידיו
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


מרבים שלום: היסטארישע מעמד דורך ארגון משמרת השלום בראשות גדולי ומאורי הדור
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישע מעמד איז אפגעהאלטן געווארן צווישן אלפי תלמידי הישיבות ברחבי ארה"ק, וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם ארגון "משמרת שלום" וועלכע איז געשטעלט אדורכצולערנען די ספרי החפץ חיים זי"ע בהלכות שמירת הלשון, און פארמאגן די זהירות אין עניני לשון הרע, און דורכדעם פארמערן שלום בעולם. די יעצטיגע מעמד איז געווען געווידמעט ספעציעל אין די 'בין הזמנים' טעג, ווען טויזנטער תלמידי הישיבות אין ארה"ק האבן ברוב עמל ויגיע זוכה געווען צו ענדיגן ב


שבת באווארפן לקראת שמחת הנישואין פון החתן בן האד' מקרעטשניף קרית גת | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם שבת איז פארגעקומען די שמחת האויפרוף פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב ישראל יצחק סאפרין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א פון בית שמש, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג זצ"ל פון אבן עזרא, די שמחת האויפרוף איז פארגעקומען אין קרעטשניפער בית המדרש אין קרית גת.


מי רואה אותו יוצא: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך וועט זיך אנשליסן אין היסטארישן עצרת הרבבות בחוצות ירושלים
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: דוד אזרני מי רואה אותו יוצא ואינו יוצא: מטעם בית מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות איז היינט באשטעטיגט געווארן אז דער גאון וועט זיך פערזענליך באטייליגן מארגן דאנערשטאג ביים ריזן עצרת הרבבות - זעקת התורה בחוצות ירושלים. בנוסף האט דער פוסק הדור געהייסן פאר אלע וועלכע האבן אנגעפרעגט דעת קדשו, אז מען זאל זיך גיין משתתף זיין אין די עצרת, און מיט א פראייניגטן כח אויסשרייען דעם מלחמת השם ב


שיינע שידוך געשלאסן בחצרות וויזניץ - ספינקא ירושלים; שמחת הווארט פארגעקומען במעונו פונעם עלטער זיידן האד' מוויזניץ
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל האגער שליט"א ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, איידעם ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף מאיר כהנא שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען במעון קדשו פונעם עלטער זי


עיצומו של יום מכפר: שבת יארצייט פונעם הייליגן רוזשיער זי"ע ג' חשון בחצר הקודש סאדיגורא
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער דעם שבת ג' חשון איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע, לכבוד די יארצייט האט נכדו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א געזאגט אלע קדישים און געפראוועט א טיש פרייטאג צונאכטס וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך פילע חסידים און געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט לכבוד די שבתא דריגלא.


דערהויבענע נסיעה דורך הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א לקברי אבותיו אין אייראפע
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינעם קבוצה חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן א געהויבענעם נסיעה בראשות הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה צום עיר האבות קאלוב אין אונגארן מקום מנוחת קדשו פונעם ראש שולשיתא דדהבה הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער זי"ע. דער רב שליט"א האט אונטערגענומען די נסיעה אינאיינעם מיט בני קהילתו זיך גרייטנדיג צו די חתונה פונעם יונגסטן קינד וואס קומט פאר דעם ווינטער, איינצולאדענען און מתפלל זיין על


אייגנארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סלונים לע"נ הרבנית משאץ - בת הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן אין חצר הקודש סלונים, ווען עס איז אריינגעגעבן געווארן א ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סלונים אין די מאה שערים געגנט, לעילוי נשמתה פון הרבנית הצדיקת המפורסמת משאץ ע"ה טאכטער פון הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע. די שאצער רעבעצען, מחברתו הטהורה פון הרה"ק רבי יואל משאץ זי"ע, האט ווי באקאנט זוכה געווען צו א ברכה פון איר פאטער די הייליגער רבי מאירל פרעמישלאנער זי"ע, צו קענען פויעלן י


שמחה גוררות שמחה: פרישע שידוך געשלאסן בחצר הקודש באבוב-45
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. והילל ל"ש אין די טעג נאכן זמן שמחתינו איז געשלאסן געווארן נאך א שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, די כלה איז א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' יעקב יצחק שטערנבוך שליט"א ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, זון פון הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א אבד"ק אהל יעקב אנטווערפן, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין סידערהויסט שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' משה מאסקאוויטש שליט"א ראש


חגיגה נהדרה "הכנסת ספר תורה" געפייערט אין צוזאמענהאנג מיט חנוכת הבית פארן ביהמ"ד הגדול סאדיגורא לאנדאן
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די הערצער פון חסידי סאדיגורא לאנדאן קוועלן פאר שמחה דקדושה נאכן מיטלעבן די יעצטיגע ימי שמחה והוד פייערנדיג דעם חגיגת חנוכת הבית פונעם נייעם בית גדול וקדוש, דער ביהמ"ד החדש וואס איז געבויט געווארן די לעצטע פינף יאר. דער מאסיווער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן נאך בחיים חיותו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל דער עטרת ישראל, וועלכער האט זעלבסט מפאר כבוד געווען אלס רב הקהלה פון סאדיגורא אין לאנדאן, און די יארן איידער'ן ארויפגיין על כס האדמור


בקודש פנימה: האד' מצאנז באזוכט ביי האד' מסלונים אין ירושלים
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ פארלאפענעם דאנערשטאג נאמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים מנחם אבל צו זיין די קינדער פונעם שוואגער הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל אין רמות. ביים אנקומען קיין ירושלים איז דער רבי צום ערשט צוגעפארן צו די מאה שערים געגענט אויף א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וועלכער האט ענטפאנגען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה. די אדמור"ים האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער די שווערע תקופה וואס כלל


קאנארסי: האד' מבאבוב-45 קובע געווען מזוזות אין צוויי נייע בניני הישיבות קטנות "קדושת שלמה" און "תפארת שלמה"
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. פאריגן מאנטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען קיין קאנארסי אויף א באזוך אין די צוויי נייע בניני הישיבות קטנות הלא המה, קדושת שלמה און תפארת שלמה וואס מען האט גענצליך איבערגעבויט אין די יעצטיגע טעג, צוטיילט אין צוויי באזונדערע געביידעס, נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א האט ווי ברייט באריכטעט צוטיילט די ישיבה קטנה לתועלת פון די בחורים תלמידי הישיבה. די רבי האט זיך ארומגעדרייט אויף


רייכע אוונט 'לב המלכות' אפגעראכטן געווארן פאר נגידי וויזניץ לטובת 'קופת המלכות' - פריוואטע צדקה קאסע פון האד' מוויזניץ
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר א רייכע מעמד 'לב המלכות' איז אפגעראכטן געווארן די פארלאפענע וואך לטובת 'קופת המלכות', די פריוואטע צדקה קאסע פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. די מעמד איז פארגעקומען אויף א עלעגאנטע פארנעם אין די 'ציפורי הכפר' האטעל, מיט די באטייליגונג פון א גרעסערע צאל נגידי ותומכי חצר הקודש וויזניץ. די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א זיץ 'ליל ששי' כתקנת הקודש, און מ'האט געהערט ווערטער פון הרה"ג שאול יחזקאל גרינפעלד שליט"א


בני ברק: געוועזענער משכון באזוכט אין שטוב פון הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג האט דער געוועזענער משכון בר אברהם קופערשטיין באזוכט אין בני ברק במעונו פונעם סלאבאדקער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט”א, וועלכער האט איהם אויפגענומען מיט גרויס שמחה. אברהם האט דערציילט וועגן זיין איבערלעבענישן אין די פינסטערע טונעלן אין עזה, בפרט ווי ער האט זיך אנגעשטרענגט צו היטן שבת, דערציילנדיג ווי ער האט געמאכט קידוש אויף וואסער אין די טונעלן, און ווי ער פלעגט צו זינגען זמירות


bottom of page
