קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- sfbechatzros
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 6 דקות

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
מסורת אבות: האד' מסאטמאר איבערראשט די זינגערס גייענדיג צו א חופה די וואך אין קרית יואל, וואו די רבי האט געהייסן די מוזיקאנטן זינגען בלויז "מי בן שיח" כנהוג — און נישט קיין איינע פון די נייע ניגונים וואס האבן זיך לעצטנס אריינגעכאפט ביים היימישן ציבור.
הבהרה: ביים חופה בבית סקווירא אין בארא פארק ווערט קלארגעשטעלט אז עס ווערט נישט אפגעכאפט קיין ווידיאו, נאר בלויז א לייוו הוק-אפ פאר די קרובי המשפחה פון אויסלאנד.

האדמו"ר מקאפיטשניץ - זקן צדיקי בית רוזין איז זיך משתתף ביי א וואך נאכט לבן אחד מחסידיו.

דער בריוו וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אפגעשיקט צו האדמו"ר מבאבוב 45 לכבוד די באנייאונג פונעם ביהמ"ד החדש.

העסקן הרב עזרא פריעדלענדער בן האדמו"ר מליסקא ביים איבערגעבן דעם נייעם איבערגעדרוקן ספר טל חיים פאר האדמו"ר מצאנז קלוינבורג מיט א הקדשה מיוחדת פון אביו האדמו"ר מליסקא.

האדמו"ר מסקווירא פון בארא פארק ביים פארלאזן די מעמד החופה פון בנו החתן אין די פריערדיגע שעהן היינט דאנערשטאג פארנאכטס.
האדמו"ר מטשערנאביל איז זיך משתתף ביי א שבע ברכות די וואך במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא אין בני ברק, וואו דער בעל מנגן ר' זאנוויל וויינבערגער האט געהאט די זכיה מהנה צו זיין די גדולי ישראל בפרקי שירה וזמרה.
האדמו"ר מספינקא ביים משמח זיין נכדו החתן אויפן אייגנארטיגע דרך פון המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן באדאנקט זיך פארן בעל מנגן ר' עוזיאל דייטש הי"ו נאכן מהנה זיין ביים מעמד חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד החדש סאדיגורא לאנדאן דעם זונטאג.

הרה"ח ר' אליעזר פריעדמאן הי"ו פון אלי פריעדמאן פראדאקשענס ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר נאכן אנפירן מיטן מעמד סיום חצי ש"ס דורך חבורת יסודי התורה ד'סאטמאר.
האדמו"ר מאמשינוב שפאנט אויף די ירושלימער גאסן גייענדיג צום היסטארישן עצרת היינטיגן דאנערשטאג.
הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א ווערט געזעהן אויף א טעראסע אין די הייעך ביים עצרת המיליאן היינטיגן דאנערשטאג.
הרב בנציון שטאנגער און הרב הערשל כץ משמשים בקודש ביי האדמו"ר מוויזניץ ביים שבע ברכת בבית העסקן הרב אהרן יוסף קארניצער הי"ו.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג באזוכט ביי גאב"ד אנטווערפען בעם דעם רבינס קורצן באזוך אין שטאט.

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א בענטשט דער בר מצוה בחור זוהן פון הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א.

האדמו"ר מלעלוב ביים דערלאנגען דעם טאשן זייגער פאר נכדו החתן ביים שמחת קישור החיתון די וואך.

האדמו"ר מניקלשבורג טרעט אויף ביים סעודת הילולא פון זקינו הגה"צ גאב"ד טשאבא זצ"ל דעם מוצאי שבת.

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן ביים אפרעכטן די ריקודין מיטן ספר תורה לויט די סדר הנענועים כמנהג אבותיו, ביים הכנסת ספר תורה דעם מוצאי שבת העעל"ט.
דער רך הנימול ביים שמחת הברית בחצרות ביאלא - קאפיטשניץ - קוזמיר, אנגעטוהן מיטן יארמולקע פונעם סבא קדישא דער הייליגער רוזשינער זי"ע.

האדמו"ר מסאטמאר אין א ריקוד מיט די אייניקלעך - מזרע המלוכה ביים חתונה הגדולה פאריגע וואך.

די סדר הריקודין ביים כינוס הלומדים ומעמד חצי ש"ס דורך חבורת יסודי התורה ד'סאטמאר.

הרב שמואל טייטלבוים הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר מערקט " קרישקעס" ביים אריינכאפן זיינע טעכליכע שיעורים בעת די מצוה טאנץ פאריגע וואך בשמחת בית סאטמאר.

האדמו"ר מבאבוב איז מנחם אבל די זקן החסידים הרה"ח הישיש ר' משה מאיר איינהארן הי"ו מתלמידי הקדושת ציון וגבאי ביהמד הגדול באבוב אין בארא פארק על פטירת אשתו ע"ה.

האדמו"ר מטריסק רעכט אפ א מסיבת לחיים אין שטוב פון הנגיד ר' שלמה קאפפעל אין ירושלים נאכן מיטהאלטן די עצרת המיליאן פון זיין דירה.

ביים עצרת מחאה אין שטאט מאנטריאל ווערן געזעהן עטליכע תלמידי ישיבה גדולה אוה''ח ד'טאהש וועלכע האבן זיך באטייליגט ביים פראטעסט בפקודת הקודש אויסנוצנדיג די צייט פאר לימוד התורה.

געוועזנער גאוועאנער פון ניו יארק קאומאו באזוכט ביי הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו ביי די שבעה נאך זיין מוטער ע"ה.

דער לעגענדארער משמש בקודש בחצר הקודש וויזניץ לאנדאן הרב יואל גאלדמאן הי"ו אין א ריקוד מיטן ספר תורה ביים הכנסת ספר תורה דעם מוצאי שבת בחצה"ק סאדיגורא לאנדאן.
פארשידענע פראזן אין פראנצויזיש, וואס וועט ווערן אויסגעשריגן אינאיינעם ביים עצרת מחאה אדירה פארנט פון די מדינת ישראל קאנסולאט.

העסקן מו״ה יוסף אשר שלעזינגער הי״ו פון די גאנץ יאריגע תושבי וואודרידזש ביים אפנעמען ברכת הקודש והדרכה פון גאב"ד וואודרידזש לרגל זיין נייע פאזיציע אלס מעיאר בעירינו וואודרידזש.

האדמו"ר מסאטמאר איז מפקח ביי די עבודת הקודש אין די סאטמארע מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר מוויזניץ איז טעלעפאניש מנחם אבל הרבני הנכבד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא, ווערט געזעהן דעם רבינס בן יחיד הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א.

הגה''ח הישיש ר' לייבל סטעמפעל שליט''א נכד הקדושת ציון מבאבוב באזוכט ביי מחותנו האדמו"ר ממונקאטש בבית האכסניא אין לאנדאן.

הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא קוקט זיך אום ביי רבי ישעי'לעס אויוון אין קערעסטיר בעת א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע.

האדמו"ר מדינוב איז מנחם אבל האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק על פטירת אחיו הגה"צ אבד"ק טאלטשאווא זצ"ל.

די צוויי מייסטער ארגאניזירער ר' שלמה שטיינמעץ און ר' אליעזר פריעדמאן מערקט "קרישקעס" אין א פייערדיגן ריקוד -אונטער די קוליסן ביים סאטמארער כינוס הלומדים די וואך.
הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו באטראכט די ברכת תנחומים וואס איז אריינגעשטעלט געווארן לכבודו אין די המודיע צייטשריפט, דורך אלע מוסדות התורה און ארגוני החסד שע"י איחוד מוסדות גור.

הגה"צ רבי אהרן קאהן ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק מערקט "קרישקעס" אריינגעטוהן אין די גמרא אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק.

האדמו"ר מסאדיגורא קוקט זיך פאר די סדר התפילה בעפאר די עצרת היינטיגן דאנערשטאג, אין די אכסניא אין ירושלים.

צווישן די רבבות ביים היינטיגן עצרת מערקט "קרישקעס" הרב שלמה באכנער מנהל ומייסד ארגון בוני עולם.
הונדערטער גערער חסידים שטייען צונויפגעפרעסט ביים מקום העצרת פארנט פונעם טעראסע וואו האדמו"ר מגור האט מיטגעהאלטן די מעמד.

ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א איז עוסק בתורה אין די פרייע צייט ביז צום עצרת וויילנדיג זיין אכסניא אין ירושלים.

א חתן ביום חופתו איז זיך משתתף ביים עצרת המיליאן אין ירושלים כפי הוראת גדולי ישראל.

האדמו"ר מראחוב ביים איינהאנדלען פיש לכבוד שב"ק.

לעבעדיגע ריקודין אין די יצחק נבון באן סטאנציע אין ירושלים אויפן וועג צום עצרת היינטיגן דאנערשטאג.
האברך החשוב ר' זלמן גאלדמאן פון RG PRODUSTIONS ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן נאך די העכסט סוקסעספולע ימי החגיגה בחצר הקודש.

הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר טרעט אויף ביים כינוס הלומדים - סיום חצי הש"ס במסגרת חבורת יסודי התורה ד'סאטמאר.

הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור האלט מיט דעם סדר מוסר אין די גערער מתיבתא אין בארא פארק.

גאב"ד מאקאווא ביים ערהאלטן די נייע ספר פון הג"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז נתני' דורך נאמן ביתו הב' יואל צבי קעניג ני"ו.

הרה"ג ר' חיים מאיר רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא איז זיך מפלפל מיט די בחורים אין די בעלזער ישיבה אין אנטווערפען די וואך.

האדמו"ר מנדבורנא באניא מערקט "קרישקעס" ביי תפילת מעריב די וואך בבית מדרשו פון אחיו הגדול האדמו"ר מנדבורנא צפת.

נאסטאלגיע: שמחת הברית פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, פארגעקומען מיט גענוי 50 יאהר צוריק חודש חשוון תשל"ו.
הגאון ר' יצחק זילברשטיין רב שכונת רמת אלחנן ביים איבערגעבן דברי חיזוק דורכן טעלעפאן פארן אסיר ציון הב' אריאל שמאי וועלכע שמאכטעט אין די מיליטערישע טורמע נומער 10.
הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביים אנקומען צו די מילטערישע תפיסה אין ארץ ישראל, טורמע נומער 10, ווי ער האט מיט ספעציעלע ערלויבעניש באזוכט ביי הבחור אריאל שמאי מתלמידי ישיבתו עטרת שלמה.
האדמו"ר מפינסק קארלין צייגט פאר הרה"צ ר' יוסף ברייאר בנו הגדול פון האדמו"ר מבאיאן דער היסטארישער כתר תורה פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע מאוצרו הטוב, ביים שמחת קישור החיתון בחצרות באיאן - פינסק קארלין.

בנין מוסדות סאטמאר בני ברק באצירט לקראת דער בעפארשטייענדע ביקור המרומם פון האדמו"ר מסאטמאר.

האדמו"ר מסקולען ירושלים אין א שמועס מיט הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא גאב"ד ציריך שווייץ ביי א חתונה די וואך אין שטאט ציריך.

הגה"צ רבי מרדכי שלמה ברייאר אבד"ק באיאן ארה"ב בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא, איינצולאדענען צו די חתונה פון בנו החתן.

די אייגנארטיגע ירושה-גארטל מאוצרו פון האדמו"ר מטשאקאווא וואס ערהאלט אין זיך פילע חפצי קודש פון צדיקי הדורות הקודמים, ווערט געזעהן ביים חתונה פון אן אייניקל ביים רבי'ן וועלכע איז געטאנצן מצוה טאנץ - מלובש מיט דעם הייליגן גארטל.

די פייערדיגע דיבורים פון הגאון ר' שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביים עצרת מחאה דורך די חדרים אונטער די נעץ "עטרת שלמה" פארנט פון די מיליטערישע תפיסה נומער 10, וואו דער ראש הישיבה האט פארענפערט די טענות וואס מאנכע האבן געהאט אויף די פלאקאטן וואס הענגט אויף די גאסן אויפן באפרייאונג פונעם בחור מתלמידי הישיבה פארגלייכט מען דעם אסיר ציון צו די פארכאפטע משכונות פון עזה.



