top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מי רואה אותו יוצא: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך וועט זיך אנשליסן אין היסטארישן עצרת הרבבות בחוצות ירושלים

  • sfbechatzros
  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילד קרעדיט: דוד אזרני

מי רואה אותו יוצא ואינו יוצא: מטעם בית מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות איז היינט באשטעטיגט געווארן אז דער גאון וועט זיך פערזענליך באטייליגן מארגן דאנערשטאג ביים ריזן עצרת הרבבות - זעקת התורה בחוצות ירושלים. בנוסף האט דער פוסק הדור געהייסן פאר אלע וועלכע האבן אנגעפרעגט דעת קדשו, אז מען זאל זיך גיין משתתף זיין אין די עצרת, און מיט א פראייניגטן כח אויסשרייען דעם מלחמת השם ברמה קעגן די עוקרי הדת.


דער באשלוס איז געקומען נאך מערערע זיצונגען אינעם לשכת הבד"צ אין ירושלים, וואו עס זענען געווען אנוועזנד די שרי התורה מרנן ורבנן חברי הבד"צ שליט"א און אינאיינעם דורכגעטוהן די נושא בכובד ראש.


דער גאון האט ארויסגעברענגט ביי די אסיפות אז עס האנדלט זיך דא פון א מלחמת מצוה מיט מסירות נפש, און אז דער חיוב מחאה איז א חיוב דאורייתא ממש, ווייל אז אן די תורה זענען מיר אלע פארלוירן. מיר מוזן ווייזן וויפיל מסירות נפש מיר האבן דערפאר כדי צו זעהן א ישועה למעלה מדרך הטבע, כלשונו.


גלייכצייטיג האט דער פוסק הדור געשטעלט קלארע תנאים פאר זיין אנשליסונג אינעם עצרת הרבבות, צום אלעם ערשט א התחייבות פון די אנדערע פירער פון דער עצרת, אז דער עצרת ווערט אויסגענוצט נאר אלס א רוף אנטקעגן דעם גזירת הגיוס בכלליות, און נישט נאר בלויז פאר ישיבה בחורים. און בנוסף זאל מען נישט אויסנוצן דעם עצרת פאר פראפאגאנדע פארן חוק הגיוס וואס איז רעכנט אריין פילע פשרות אויף טויזנטער חרדישע בחורים.


היינטיגן מיטוואך נאך וואס די עסקני העצרת האבן קלארגעשטעלט אז מען וועט נאכקומען די אלע פארלאנגען, איז געקומען דער קלארער באשלוס פונעם פוסק הדור שליט"א אז ער וועט זיך פערזענליך משתתף זיין אינעם היסטארישן עצרת אין צוגאב צו נאך מנהיגי הקהילות און רבנים יושבים על מדין פון די עדה החרדית.

bottom of page