top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרבים שלום: היסטארישע מעמד דורך ארגון משמרת השלום בראשות גדולי ומאורי הדור

  • sfbechatzros
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

א היסטארישע מעמד איז אפגעהאלטן געווארן צווישן אלפי תלמידי הישיבות ברחבי ארה"ק, וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם ארגון  "משמרת שלום" וועלכע איז געשטעלט אדורכצולערנען די ספרי החפץ חיים זי"ע בהלכות שמירת הלשון, און פארמאגן די זהירות אין עניני לשון הרע, און דורכדעם פארמערן שלום בעולם.


די יעצטיגע מעמד איז געווען געווידמעט ספעציעל אין די 'בין הזמנים' טעג, ווען טויזנטער תלמידי הישיבות אין ארה"ק האבן ברוב עמל ויגיע זוכה געווען צו ענדיגן בעיון ספר "חפץ חיים", אז דאס זאל זיין שגור בפיו, און וויסן די וויכטיגע הלכות הנוגעים שבין אדם לחבירו בעניני שמירת הלשון, ווי עס איז פארגעקומען ביים גרויסארטיגן מעמד א "כור המובחן" בפומבי בראשות גדולי ומאורי הדור שליט"א אויף גאנץ ספר חפץ חיים שמירת הלשון.


דער מעמד איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם זונטאג פרשת נח אינעם ריזן אודיטוריום אין "רמת אלחנן" בני ברק, מיט די באטייליגונג פון טויזענטער בחורים פון אריבער הונדערט ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן מיט א געוואלדיגע אחדות, חסידים און ליטאים, אשכנזים און עדת המזרח, כאיש אחד בלב אחד תחת קורת גג אחד לקדש שם שמים., וועלכע האבן זיך משלים געווען אינעם לימוד ספר "חפץ חיים" הלכות שמירת הלשון, און זיך פארהערט במשך דעם זמן דורך אנגייענדע בחינות.


ביים גרויסארטיגן מעמד איז אויסגערופן געווארן עטליכע מציוני החבורה וועלכע זענען גרייט זיך צו פארהערן בעל פה בפומבי אויפן גאנצן ספר חפץ חיים הלכות שמירת הלשון, ביי א פארהער וואס איז פארגעקומען אינמיטן די מעמד.


דער מעמד זעלבסט איז געווען בהשתתפות גדולי ומאורי ישראל שליט"א, צווישן זיי די חברי מועצת גדולי התורה מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, הגאון הגדול רבי מאיר צבי ברגמן שליט"א, הגאון הגדול רבי יצחק זילברשטיין שליט"א, כ"ק האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, כ"ק מרן האדמו"ר מזוטשקא שליט"א, הגה"צ רבי מרדכי שמואל אדלשטיין שליט"א, הגה"צ רבי בנימין פינקל שליט"א משגיח ישיבת מיר, המקובל הגאון הצדיק רבי דוד בצרי שליט"א, הגה"צ רבי יעקב גרינוואלד שליט"א חבר בד"ץ בעלזא, הגאון רבי עמרם פריד שליט"א, הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק, הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א דומ"ץ ויזניץ, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ, הרה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א אב"ד צאנז טבריה, המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א, הגאון רבי אריה מרדכי ווערצבערגער שליט"א מראשי הארגון ודומ"ץ בני ברק, און די רבני בית ההוראה פון משמרת השלום הגאון רבי עקיבא וואזנער שליט"א, הגאון רבי נחום ברגמן שליט"א, און הגאון רבי יהודה דוב רוטנער שליט"א. וואס דער עצם השתתפות פון די אלע גדולי ומאורי הדור שליט"א האט אריינגעגעבן גרויסע חיזוק פאר די באטייליגטע צו האבן די ריכטיגע שמירה יתירה אין הלכות שמירת הלשון.


אין די צענטראלע שעות פונעם מעמד איז פארגעקומען די "בחינה פומבי" און פארנט פון די אלפי בני הישיבות, ווי מען האט זיך פארהערט בעל פה די גאנצע ספר חפץ חיים הלכות שמירת הלשון, און נאכן געהויבענעם פארהער איז פארגעזאגט געווארן קבלת עול מלכות שמים דורכן זקן המקובלים הרב דוד בצרי שליט"א, און דערויף א "מי שברך" לזכות אלע לומדי הלכות שמירת הלשון.


דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד הכתרה, ווי מען האט ממנה געווען עטליכע בחורים וועלכע זאלן שטיין אין שפיץ פון די הפצת לימוד ספרי החפץ חיים הלכות שמירת הלשון אונטערן ארגון "משמרת שלום", ווי איינע פון די תלמידי ישיבת ישועות משה וויזניץ בני ברק איז געקרוינט געווארן אלס "חתן שלום", און נאך עטליכע בחורים תלמידי ישיבת דמשק אליעזר וויזניץ אין הר נוף זענען געקרוינט געווארן אלס "שרי שלום", וואס אינאיינעם וועלן זיי ארבעטן צו פארשפרייטן די לימודים איבעראל.


צום סוף פונעם מעמד איז ארויפגעקומען אויפן בימת הכבוד דער באקאנטער מוזיק מייסטער ר' מאיר אדלער הי"ו, וועלכע האט פארגעשטעלט א רייכע פרעזענטאציע איבערן ענין פון "שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו", ארויסברענגענדיג די כוחות וואס עס ליגט אין די מענטשליכע כח הדיבור לרע ולמוטב.


צום שלוס האט הרה"ח ר' יחיאל ווערצבערגער שליט"א יושב ראש משמרת שלום פארטיילט די תעודות און די מתנות פאר אלע נבחנים, און דערביי געזאגט קורצע און שטארקע דיבורים, אז דער ציל איז אז די נושא פון "שמירת הלשון" זאל נישט זיין ווי 'נאך א נושא' ביי כלל ישראל, נאר עס זאל זיין איינס פון די סאמע עיקרי יסודות היהדות פון די חיי יום יום, און עס איז זיכער אז דאס ברענגט צו א התקרבות לגאולה השלימה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page