top of page
מעמד רבבות אין ירושלים "זעקת התורה": כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביים מיטזאגן קבלת עול מלכות שמים אינאיינעם מיט די רבבות אלפי ישראל ביים עצרת. דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מתולדות אהרן ביים מיטהאלטן דעם עצרת אויף רחוב ירמיהו. דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש הרב אלמילך טירנואר מחשובי חסידי גור ביים פארליינען די


בראש העדה: כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ביים עצרת המיליאן - זעקת התורה בראש קהל חסידיו
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


לך כנוס: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך וחברי בד"ץ העדה החרדית נעמען אנטייל ביים עצרת המיליאן - זעקת התורה
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער


ערשטע בילדער: עצרת הרבבות אין ירושלים קעגן גזירת גיוס בני הישיבות
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


פילע הונדערטער תושבי מאנטריאל ביי עצרת מחאה אדירה פארנט פון ציוניסטישע קאנסולאט אין קוויבעק קאנאדע
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש קול נהי נשמע מקאנאדע, האט די וואך דינסטאג נאכמיטאג אפגעהילכט דער שטורמישער קול מחאה פון מאסן תושבי מאנטרעאל און קרית טאהש, אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען ארויסגעקומען מיט א פאראייניגטן קול מחאה אדירה, קעגן דעם ביטערן "גזירת גיוס" אין ארה"ק, וואס האט געהאט א קאלאסאלער אפקלאנג אויף די קאנאדישע מאסן, און וועט האפנטליך צוהעלפן אפצושרייען די שווערע גזירה וואס לויערט ליידער אין ארה"ק. דער עצרת מחאה אדירה בחוצות מדינת קאנאד


נאסטאלגיע • היסטארישן "עצרת המיליאן" אין ירושלים בשנת תשע"ד
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


מי רואה אותו יוצא: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך וועט זיך אנשליסן אין היסטארישן עצרת הרבבות בחוצות ירושלים
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: דוד אזרני מי רואה אותו יוצא ואינו יוצא: מטעם בית מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות איז היינט באשטעטיגט געווארן אז דער גאון וועט זיך פערזענליך באטייליגן מארגן דאנערשטאג ביים ריזן עצרת הרבבות - זעקת התורה בחוצות ירושלים. בנוסף האט דער פוסק הדור געהייסן פאר אלע וועלכע האבן אנגעפרעגט דעת קדשו, אז מען זאל זיך גיין משתתף זיין אין די עצרת, און מיט א פראייניגטן כח אויסשרייען דעם מלחמת השם ב


אלפי תלמידי מוסדות "עטרת שלמה" מוחה געווען ביים טורמע 10 וואו עס שמאכטעט הב׳ אריאל שמאי מתלמידי הישיבה
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אריבער צוויי טויזנט קינדער בליעה"ר פון די חדרים אונטער די נעץ "עטרת שלמה" פון איבער גאנץ ארץ ישראל, זענען היינט ארויסגעפארן צו די מיליטערישע תפיסה כלא נומער 10, צו א מחאה אדירה אויפן ארעסט פונעם תלמיד הישיבה "עטרת שלמה" הבחור החשוב אריאל שמאי הי"ו, וועלכע שמאכטעט אין טורמע פארן איינציגסטן חטא צוליב זיך נישט שטעלן אינעםצום מיליטער. דער עצרת מחאה איז פארגעקומען נאכן התייעצות פונעם ראש ישיבה הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, אינאי


ווידיאו • קורצע סך הכל ווידיאו פונעם עצרת מחאה אדירה א' נח אין מאנהעטן
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


היסטארישן עצרת המיליאן בחוצות ירושלים באשטימט אויף דעם ה' לך לך במעמד רבוא רבבות בני ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש צאו והפגינו בקול, היינט זונטאג איז ארויסגעקומען די ענדגילטיגע באשטימונג, איבער דעם היסטארישן "עצרת המיליאן" וואס וועט פאראייניגן הונדערטער טויזנטע בני היהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן איבער גאנץ ארץ ישראל אויף די הויפט גאסן פון ירושלים עיה"ק, דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת לך לך הבעל"ט אין די נאכמיטאג שטונדן, ארויסצוברענגען אונזער קול מחאה אקעגן דעם ביטערן גזירת הגיוס אין ארה"ק, וואס דאס באדייט א גזירת שמד, א גזירת כלי', במלו


הגרש"ב סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביי אסיפת חירום אין לשכת בד"ץ העדה החרדית איבער מאסן־עצרת קעגן גזירת הגיוס
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני ווי ברייט באריכטעט גרייט זיך דאס יהדות החרדית אין ארצינו הקדושה ארויסצוקומען אויף א מאסן עצרת מחאה ווי קיינמאל בעפאר, קומענדיג אויסשרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס די ציוניסטישע רעגירונג צווינגט ליידער ארויף אויף טויזנטער בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן אין ארה"ק, היל"ת, קומען פאר העפטיגע באראטונען מיט די סאמע גרעסטע עסקנים פון די חסידישע, ליטווישע או


אסיר ציון האברך החשוב בנש"ק הרב ארי' מרדכי ראבינאוויטש אויפגענומען בשמחה רבה בבתי גדולי ישראל
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכפאלדנדיג די באפרייאונג פון דעם אסיר ציון בנש"ק האברך הר"ר אריה מרדכי ראבינאוויטש הי"ו, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, וועלכער איז ענדליך באפרייט געווארן פון דער מיליטערישער טורמע, נאך דעם וואס ער האט דארט געשמאכטעט לאנגע דריי חדשים, אריינגערעכנט די הייליגע טעג און די ימים טובים, איז ר' אריה מרדכי הי"ו אין די טעג ארומגעגאנגען בבתי גדולי ישראל אדמור"ים רבנים און די מנהיגי העדה החרדית וועלכע האבן מקבל פנים געווען ד


על פי קריאת גדולי ישראל: צענדליגער טויזנטער ערווארט ביי עצרת תפילה ומחאה ברחובה של עיר בני ברק איבער גזירת גיוס
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש על פי קריאתם פון די גדולי ראשי הישיבות בארה"ק ובראשם הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע איז אין א היסטארישע אנטוויקלונג געמאלדן געווארן איבער א מאסיוון עצרת תפילה ומחאה וואו עס וועלן זיך פאראייניגטערהייט צוזאמענען רבבות אלפי ישראל דרי ארה"ק אפצושרייען די ביטערע גזירות הגיוס. במשך די לעצטע חדשים האט מען שוין אסאך געהערט איבער דעם חיוב וואס עס ליגט אויף כלל ישראל אין די איצטיג


נאסטאלגיע • מאסן דעמאנסטראציע אין מאנהעטן אפצושרייען רדיפות הדת אין ארה"ק | תמוז תשע״ג
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


אסיר ציון הרב ארי' מרדכי ראבינאוויטש הי"ו נכד האד' ממשכנות הרועים ענדליך באפרייט פון מיליטערישע טורמע
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיטן א הילכיגן "ברוך מתיר אסורים" האבן מאסן בני ירושלים היינט מקבל פנים געווען דעם אסיר ציון און גיבור החיל האברך החשוב בנן של קדושים ר' אריה מרדכי ראבינאוויטש הי"ו וועלכער איז ענדליך באפרייט געווארן פון די מיליטערישע טורמע נאך דריי שווערע חדשים פון יסורים און פייניגונגען וואס ער איז דארט אריבער צוליב זיין עקשנות דקדושה. דער יונגערמאן ר' אריה מרדכי הי"ו - פיר און צוואנציג יאהר אלט, א טאטע פון דריי קינדער, און איז א בנן של קדושים, א


גדולי ישראל נועדו: היסטארישע באגעגעניש אין בני ברק צווישן גדולי התורה פון ארץ ישראל און אמעריקא
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישער באגעגעניש איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין בני ברק ווען עס האבן זיך צונויפגעטראפן די פירנדע גדולי הדור פון די ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל און אמעריקא. די זיצונג איז פארגעקומען אין שטוב פון הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע מיט די באטייליגונג פון די חברי מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקא הגאון ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד, הגאון ר' אלי' ברודני ראש ישיבת מיר פלעטבוש, כ"ק ה


קרוב צו טויזענט בחורים מבני יישוב הישן באטייליגט ביי מעמד "הכנה למסירת נפש" אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש נאנט צו טויזענט בחורים פון מערערע ישיבות הקדושות פונעם יישוב הישן, האבן זיך פארזאמלט צו א מעמד "הכנה למסירת נפש" אין ליכט פון די פארשווערטע גזירת הגיוס אין ארה"ק, ובפרט מיט די נאכאנאנדע ארעסטן אויף בחורים און אינגעלייט וואס שטעלן זיך נישט צום לשכת הגיוס. דער מעמד איז פארגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים עיה"ק, בראשות מרנן ורבנן גדולי ישראל שליט"א מנהיגי ישוב הישן. דער בית המדרש איז געווען איבערגעפילט מקצה


פילע ווידיאו: היסטארישער עצרת מחאה ברחובות מאנהעטען איבער גזירת גיוס בארה"ק
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


מאסן דעמאנסטראציע דורך רבבות עמך בית ישראל בחוצות מאנהעטן אקעגן דעם גזירת הגיוס בארה"ק | ברייטע דעקונג
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך המקדש שמו ברבים! דער טאג 'זונטאג פרשת נח' וועט פאראייביגט ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים פונעם יהדות החרדית, מיטן אומבאשרייבליכע קידוש השם וואס האט אפגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו, פון די רוישיגע גאסן אין מאנהעטן, וואס זענען געווען שווארץ פון רבבות עמך בית ישראל וואס זענען ארויסגעקומען אויסצושרייען דעם וויי געשריי קעגן די שוידערליכע רדיפת הדת פון די רשעי הציונים אקעגן אחינו בני ישראל מיט די לעצטיגער ביטערע גזירה פו


ערשטע בילדער: עצרת מחאה אדירה אפצושרייען גזירת גיוס בני הישיבות אויף די גאסן פון מאנהעטן
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page
