top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישן עצרת המיליאן בחוצות ירושלים באשטימט אויף דעם ה' לך לך במעמד רבוא רבבות בני ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן

  • sfbechatzros
  • לפני 16 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

צאו והפגינו בקול, היינט זונטאג איז ארויסגעקומען די ענדגילטיגע באשטימונג, איבער דעם היסטארישן "עצרת המיליאן" וואס וועט פאראייניגן הונדערטער טויזנטע בני היהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן איבער גאנץ ארץ ישראל אויף די הויפט גאסן פון ירושלים עיה"ק, דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת לך לך הבעל"ט אין די נאכמיטאג שטונדן, ארויסצוברענגען אונזער קול מחאה אקעגן דעם ביטערן גזירת הגיוס אין ארה"ק, וואס דאס באדייט א גזירת שמד, א גזירת כלי', במלוא מובן המילה.


ווי באריכטעט, האט געזאלט פארקומען א ריזן עצרת מחאה אויף די גאסן פון שטאט בני ברק דעם היינטיגן זונטאג פרשת לך לך אין שפיץ פון די גדולי ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן, אבער אין די לעצטערע טעג איז געהערט געווארן פארשידענע פארלאנגען פון מערערע קהלות קדושות בישראל אז זיי ווילן זיך אנשליסן אין דעם מעמד קידוש שם שמים, איז דער עצרת אפגעשטיפט געווארן, און עס איז נארוואס באשטימט געווארן אויף דעם דאנערשטאג פרשת לך לך הבעל"ט, במעמד רבוא רבבות בני ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן.


לויטן פלאן גרייט מען זיך אויף א מאסן השתתפות פון אלופי אלפי ישראל וואס איז ערווארטעט צו זיין א איבערשפיל פונעם היסטארישן "עצרת המיליאן" וואס איז פארגעקומען אין יאר תשע"ד אין סאמע ברען פון די דעמאלטסדיגע גזירה פון גיוס בני הישיבות.


לויט די באשטעטיגטע פלענער וועט די עצרת אפגעהאלטן ווערן אין די נאכמיטאג שטונדן אנגעהויבן פון 2:00 נאכמיטאג, ווי מען וועט זיך פארזאמלען אנגעהויבן פון די הויפט אריינגאנג צו ירושלים, ארויף ביז די גאסן פון שרי ישראל און מלכי ישראל, בהשתתפות די גדולי ומנהיגי ישראל וראשי הישיבות שליט"א פון אלע שיכטן און קרייזן, חסיד'ישע, ליטווישע, ספרד'ישע, כולם נקבצו באו לך כאיש אחד בלב אחד אויסצושרייען אונזער וויי געשריי אקעגן די ביטערע גזירת גיוס גזירת שמד.


אין די יעצטיגע טעג זיצט מען אינאיינעם מיט די אינסטאנצן זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט אויסגעשטעלט מיט די נויטיגע הצטרכות צו קענען אקאמאדירן אזא ערווארטעטע מאסן השתתפות, ובפרט מיטן שאפן די נויטיגע פערמיטן אפצושליסן די הויפט שאסייען פון ירושלים. באזונדער זיצט מען אויף מיטונגען מיט די פאליציי זיכער צו מאכן אז מען שטייט אויף א אייניגע צד השווה נישט אנצוזייען קיין איבעריגע כאאס ביים עצרת, און ווי זיי האבן פארשפראכן וועלן זיי פרובירן זיך צוצושטעלן אז אלעס זאל פארן כסדרן. אזוי אויך ארבעט מען יעצט אויס אהערצושטעלן די מאסיווע טראנספארטאציע אפארט מיט הונדערטער באסעס פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל צו קענען פירן דעם ריזן ציבור פון איבעראל.


היינט זונטאג מיטאג איז פארגעקומען א וויכטיגע מיטונג אינעם אפיס פון ר' חנוך זייבארט דער מעיאר פון שטאט בני ברק, איבער די פלענער פונעם בעפארשטייענדע מאסן עצרת, אינאיינעם מיט די פירענדע עסקנים פון די חרד'ישע פארטייען, ר' שמוליק שפירא פון אגודת ישראל, ר' צחי ברים פון די ירושלימער שטאטראט, ר' שימי בלוי נציג שלומי אמונים, ר' מנחם שפירא פון דגל התורה, און ר' יעקב אורגד פון ש"ס, באזונדער האלט מען זיך אין נאנטע פארבינדונגען מיט די הנהלת העדה החרדית מיט אלע פלענער און באשליסונגען לגבי דעם עצרת.


לויט די יעצטיגע פלענער וועט נישט זיין אויפגעשטעלט קיין בימת הכבוד פאר די גדולי ישראל שליט"א, היות דער ציל פונעם עצרת איז געווידמעט בלויז שווארץ צו מאכן די הויפט גאסן פון ירושלים און ארויסהייבן אונזער קול מחאה אקעגן דעם ביטערן גזירת הגיוס, און די גדולי האדמור"ים והרבנים שליט"א וועלן שטיין אויף באשטימטע דעזיגנירטע ערטער צווישן דעם מאסן ציבור במקומם הראוי איש על מחנהו ואיש על דגלו.


עס וועט נישט פארקומען קיין דרשות ביים עצרת, נאר מען וועט בלויז אינאיינעם זאגן פרקי תהלים ואמירת סליחות, און קבלת עול מלכות שמים. עס וועט זיין א באזונדערע טאראסע פאר די שליחי ציבור וואס וועלן פארזאגן די פרקי תהילים און סליחות.


מיט א יעדע שעה וואס גייט אריבער, ווערן קלארער נאך און נאך פרטים איבער אלע איינצלהייטן פונעם בעפארשטייענדע גרויסארטיגן "עצרת המיליאן", א ערשיינונג וואס אנשפרעכט צו ברעכן היסטאריע בקורות היהדות החרדית, מיטן האפענונג אז דאס זאל מיטברענגען מיט זיך די גינסטיגע רעזולטאטן להעביר את רוע הגזירה.

תגובות


bottom of page