מעמד רבבות אין ירושלים "זעקת התורה": כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס
- sfbechatzros
- 30 באוק׳
- זמן קריאה 16 דקות
עודכן: 30 באוק׳
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביים מיטזאגן קבלת עול מלכות שמים אינאיינעם מיט די רבבות אלפי ישראל ביים עצרת.
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
האדמו"ר מתולדות אהרן ביים מיטהאלטן דעם עצרת אויף רחוב ירמיהו.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
הרב אלמילך טירנואר מחשובי חסידי גור ביים פארליינען די החלטות העצרת.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
צום שלום פונעם היסטארישן עצרת הערט מען ליידער איבער א טראגישע אינצידענט וואס האט פאסירט אויף איינע פון די גאסן במקום העצרת ווען א יונג בחור איז אראפגעפאלן פון א הויכע געביידע און ליידער אומגעקומען אויפן ארט. דער בחור איז געשטאנען אויף א הויכע געביידע ביים אריינגאנג צו ירושלים, צו קענען מיטהאלטן די עצרת, ווען ער האט פארלוירן די באלאנס און אראפגעפאלן. טראץ די נאכאנאנדע פרואוון דורך די הצלה און עמערדזשענסי אגענטורן צוריק צו ברענגען דעם בחור איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז נישט בין החיים ה"י.
די חסדי של אמת וואלונטירן פון זק"א געפונען זיך אויף די סצענע צו פארזיכערן כבוד המת. גלייכצייטיג רופן אויס די הויכהילכערס אז ווער עס געפינט זיך און נישט קיין פארזיכערט ארט במקום סכנה, זאל בלייבן שטיין און אויסווארטן ביז די זיכערהייט באאמטע וועלן אנקומען צו די עוואקואציע.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
16:50: אין די יעצטיגער מינוטן האט זיך דער עצרת געשלאסן. די מאסן משתתים האבן אנגעהויבן זיך צוצושפרייטן, און די עסקנים, קאארדינירן דעם ברייטן ציבור צו די הונדערטער באסעס אויף די ארומגיע גאסן, פון וואו דער ציבור וועט אפרייזן למקומות מושבותיהם, מיט א פעסטע אנטשלאסנקייט ממשיך צו זיין מיט די מלחמה לה' בעמלק, און בעיקר מיט הייסע תפלות להעביר את רוע הגזירה.
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
16:40: יעצט צום שלוס פון די עצרת האבן די רבבות אלפי ישראל מקדש געווען שם שמים, ביים זאגן צוזאמען די פסוקים פון "קבלת עול מלכות שמים" וואס דער ציבור האט נאכגעזאגט בקול גדול און האט אפגעהילכט בחוצות העיר אויף א גאר שטארקן פארנעם.
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
אבינו מלכינו חזן וקהל פארגעזאגט דורך המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
האדמו"ר מלעלוב ביים מקום העצרת בראש קהל חסידיו.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
אויפן טעראסע פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות זעהן זיך אן האדמו"ר מדשוינסקיא און די חברי בד"ץ העדה החרדית הגאון ר' יהודה פישער און הגאון ר' שמואל בראנדסדארפער.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
אויפן טעראסע ביים האטעל ירמיהו 33 זעהן זיך אן די גדולי ראשי הישיבות הגאון רבי משה הלל הירש, הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי, הגאון רבי יצחק זילבערשטיין, הגאון רבי דוד כהן, הגאון רבי שמעון גלאי און כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
אליפ חסידי בעלזא פארזאמלט אויף די שמגר גאס וואו האדמו"ר מבעלזא האלט מיט דעם עצרת אויפן טעראסע בבית נכדו הרב אלימלך נתן נטע רוקח.
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
15:50: האדמו"ר מאמשינוב איז זיך אנגעקומען זיך משתתף צו זיין ביים עצרת, ביי גשר המיתרים ביים אריינגאנג פון ירושלים.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
האדמו"ר מצאנז ווערט געזעהן אויף א טעראסע אויף די מנחת יצחק גאס ביים ווינקל פון ירמיהו.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
האדמו"ר מבעלזא פארלאזט ביתו נאווה קודש אויפן וועג צום עצרת.
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
15:30: ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א ביים אנקומען צום מקום העצרת.
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
15:25: יעצט נאך תפילת מנחה ברוב עם האט מען אנגעהויבן דעם סדר העצרת מיט פרקי תהילים, אלס שליח ציבור דינט המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ווערט געזעהן ביים מקום העצרת.

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
15:05: מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א קומט יעצט אן צום מקום העצרת ביי די בניני האומה ביים אריינגאנג פון ירושלים, די רבי איז געקומען צו פארן פונעם אכסניא אין מושב אורה אונטער פאליצייאישע באגלייטונג. ווי שוין באריכטעט זענען אלפי חסידי וויזניץ פארזאמלט ביים ווינקל פון שרי ישראל און מלכי ישראל אין שפיץ פון הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ און הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ.
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
האדמו"ר מגור איז זיך משתתף ביים עצרת במעמד אלפי חסידי גור.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר גייענדיג צום עצרת ארומגענומען מיט תלמידים.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
14:52: האדמו"ר מגור ביים אנקומען צום עצרת על פני רחוב ירמיהו.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
די גדולי חכמי ספרד חברי מועצת חכמי התורה אינעם אכסניא ביים מקום העצרת.

דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
אידן נוצן אויס די פרייע צייט ביז צום עצרת ללימוד התורה אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא.

דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
14:26: מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ביים אנקומען צום מקום העצרת.

דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
די טעראסע וואו האדמו"ר מבעלזא וועט מיטהאלטן די עצרת אין די דירה פון נכדו הרב אלימלך נתן נטע רוקח אויף די שמגר גאס ביים ווינקל פון קרית בעלזא.

דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
טויזנטער מאכן דעם אריין קיין ירושלים צופיס, נאכדעם וואס די פאליציי האט אפגעשפארט די הויפט שאסייען ביים אריינגאנג צום שטאט.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
די נאכט איז נתפרסם געווארן צווישן חסידי באבוב אין ארב"ק די הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אז אלע חסידים זאלן זיך באטייליגן ביים עצרת הרבבות - זעקת התורה אין ירושלים, דאס רעכנט אריין די אברכי הכוללים פון אלע שטעט און די בחורי הישיבות פון ישיבת קדושת ציון אין קרית באבוב און ישיבות עץ חיים און חכמת שלמה.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די טערסאסע ביים היימישן האטעל אויף די צענטראלער ירמיהו גאס, גרייט צום עצרת.

דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש לעצטע באראטונגען דורך די ראשי העסקנים אין איינע פון די אפיסעס ביים מקום העצרת.

דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע שעות זענען די וועגן און שטעגן קיין ירושלים אנגעפילט מיט רבבות אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פון איבער גאנץ ארץ ישראל, מאכנדיג דעם וועג זיך צו באטייליגן ביים היסטארישן עצרת.
פילע גאסן פון די אריינגאנג פון ירושלים ביז טיף אריין אין שטאט זענען געווארן אפגעשלאסן אנגעהויבן פון די פארמיטאג שעות צו קענען אקאמאדירן די רבבות אלפי ישראל.
פון די פריע פארטאגס שעהן האבן הונדערטער איבערגעפילטע באסעס באלאגערט ירושלים, קומענדיג צו פארן פון אלע שטעט מדן ועד באר שבע, באזונדער האבן זיך טויזנטער אידן ארויסגעלאזט מיט די באנען פון מערערע שטעט, לויט די אפשאצונג פון די פאליציי געפונען זיך שוין 200 טויזנט אידן ביים מקום העצרת בשערי ירושלים מיט קארגע צוויי שעה פארבליבן צום מעמד הרבבות.
אין די צייט וואס די גאסן פון ירושלים טומלט און רוישט מיט הכנות צום עצרת איז א מחזה הוד ווי די בתי מדרשים און ישיבות זענען געפאקט מיט לומדים בחורים ואברכים וואס נוצן אויס די פרייע צייט ביז צום עצרת ללימוד התורה.
ווי שוין ברייט באריכטעט וועט זיך די עצרת אנהייבן 2:30 מיטאג ביז 4:30 נאכמיטאג, עס וועלן נישט ווערן געהערט קיין דרשות נאר מען וועט זאגן אינאיינעם תהילים און סליחות לעורר רחמים ביים קל מלך נאמן להעביר את רוע הגזירה.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
די שיירה פון האדמו"ר מצאנז אונטערוועגנס צום עצרת אין ירושלים.

דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
היינט צופרי נאך שחרית אינעם אכסניא אין מושב אורה האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געבעטן פון די מנין מתפללים איבערצוגעבן פאר כלל חסידי וויזניץ אין זיין נאמען, אז מ'דארף צו וויסן די ריכטיגע מטרה פון די היינטיגע עצרת, מתפלל צו זיין און מעורר זיין רחמי שמים לביטול רוע הגזירה, און נישט זיין פארנומען מיט איהם נאכלויפן און אנמאכן א טומל און א כאאס, נאר יעדער זאל שטיין על מקומו מיט א ערנסקייט און איינרייסן ביים שוכן מרומים.
חסידי וויזניץ וועלן זיך פארזאמלען בשעת די עצרת ביים ווינקל פון שרי ישראל און מלכי ישראל אין שפיץ פון הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ און הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ, און ווי עס זעהט אויס וועט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מיטהאלטן די עצרת זיצנדיג אין קאר ברחובה של עיר.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מסאדיגורא אנקומענדיג צום אכסניא אויף די ירמיהו גאס אין ירושלים וואו דער רבי וועט מיטהאלטן דעם עצרת אויף איינע פון די טעראסעס.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ביטולה זה קיומה: אין א זעלטענעם ערשיינונג האט דער בריסקער ראש הישיבה הגאון האדיר רבי אברהם יהושע הלוי סולובייציק שליט"א מבטל געווען זיין טעגליגן שיעור וואס דער ראש הישיבה טוט אנהאלטן מיט א קביעות דבר יום ביומו חק ולא יעבור, כדי די טויזנטער תלמידי הישיבה זאלן קענען אנטייל נעמען אינעם עצרת הרבבות - זעקת התורה, ביים סוף פונעם ערשטן סדר אין די בריסקער ישיבה, וועלן די טויזנטער גמרות פארמאכט ווערן, און די בחורים וועלן ארויסגיין אינאיינעם מיט רבבות אלפי ישראל ארויסצוהייבן דעם קול זעקה קעגן די רדיפת הדת בארה"ק.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א פארלאזט מעו תורתו אין בני ברק אויפן וועג קיין ירושלים.
דאנערשטאג פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
א טיילווייזע ליסטע מיט די לאקאציעס ווי עס וועלן שטיין די גדולי האדמור"ים וראשי הישיבות בראש קהל עדתם, צושפרייט אויף די גאסן ארום דעם מקום העצרת.
מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א וועט מיטהאלטן די עצרת אויף א טעראסע אין די געגענט פון שמגר און ירמיהו.
מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א וועט מיטהאלטן דעם עצרת פון בנין וועד הישיבות אויף רחוב ירמיהו ביים מקום העצרת.
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועט ארויסקומען צום עצרת ביים ווינקל פון די גאסן ירמיהו און שמגר, אין שפיץ פון צענדליגער טויזנטער חסידי גור פון איבער גאנץ ארץ ישראל.
כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועט מיטהאלטן דעם עצרת בראש קהל חסידיו, פונעם טעראסע אין די דירה פון נכדו הרב אלימלך נתן נטע רוקח אויף די שמגר גאס ביים ווינקל פון כיכר בעלזא.
כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט מיטהאלטן די עצרת ביים ווינקל פון די גאסן ברנדייס און ירמיהו בראש קהל חסידי צאנז פון איבער גאנץ ארץ ישראל.
כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועט מיטהאלטן די עצרת ארום דעם גרויסן באיאנער קלויז ביים ווינקל פון ברנדייס און מלכי ישראל, בראש קהל חסידיו.
כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וועט מיטהאלטן די עצרת בראש קהל חסידיו ביים ווינקל פון מלכי ישראל און תחכמוני.
כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וועט שטיין אויף א טעראסע ביי די 'כדורי' בנינים אויף רחוב שמגר.
כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועט מיטהאלטן די עצרת ביים ווינקל פון שרי ישראל און חשמונאים.
כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א פארנט פון בית מדרשו אויף רח' תובל.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ביים ווינקל פון ירמיהו און שמגר.
כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א ביים ווינקל פון ירמיהו און מנחת יצחק אונטערן בריק.
כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א וועט מיטהאלטן די עצרת ביים ווינקל פון שרי ישראל און חשמונאים.
כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א ביים ווינקל פון די גאסן שרי ישראל און חשמונאים.
כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א ביים ווינקל פון שמגר און ירמיהו.
כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א ביים ווינקל פון ברנדייס און ירמיהו.
כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אויף שרי ישראל 1 ביים ווינקל פון סמטת קב ונקי.
ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר וועט מיטהאלטן די עצרת ברחבת ישיבה גדולה פני מנחם אויף רחוב הרקמה ביים ווינקל פון ירמיהו.
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דער טעראסע וואו האדמו"ר מגור וועט שטיין בשעת די עצרת מארגן דאנערשטאג אויף די צענטראלער שמגר גאס, מוכן ומזומן מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען.

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דעת תורה ופסק הלכה פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות איבער די חיוב זיך צו משתתף צו זיין ביים עצרת הרבבות - זעקת התורה, מארגן דאנערשטאג ברחובות ירושלים.
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א מעלדונג דורך די פארוואלטונג פונעם היימישן האטעל אויף ירמיהו 33 אין ירושלים, איז געמאלדן געווארן אז דער גאנצער האטעל וועט מארגן זיין רעזערווירט אויסשליסלעך פאר גדולי ישראל, אדמור"ים רבנים וראשי ישיבות וואס וועלן מיטהאלטן דעם עצרת על פני רח' ירמיהו שטייענדיג אויף די באלקאנען און טעראסעס אויסגעשפרייט אויף אלע שטאקן פונעם ריזן געביידע.

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
הויכהילכערס אויף קארס ארומפארנדיג אין ירושלים מעורר צו זיין דעם ציבור איבער די עצרת הרבבות מארגן.
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
מי רואה אותו יוצא ואינו יוצא: מטעם בית מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות איז היינט באשטעטיגט געווארן אז דער גאון וועט זיך פערזענליך באטייליגן מארגן דאנערשטאג ביים ריזן עצרת הרבבות - זעקת התורה בחוצות ירושלים. בנוסף האט דער פוסק הדור געהייסן פאר אלע וועלכע האבן אנגעפרעגט דעת קדשו, אז מען זאל זיך גיין משתתף זיין אין די עצרת, און מיט א פראייניגטן כח אויסשרייען דעם מלחמת השם ברמה קעגן די עוקרי הדת.
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז דער זקן האדמור"ים כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א ארויס מיט א רוף צו די חסידים און די טויזנטער תלמידי הישיבות אנטייל צו נעמען אינעם מארגנדיגער עצרת המיליאן - זעקת התורה. דער רבי שליט''א זעלבסט וועט טראץ זיינע שוואכע כוחות ארויסקומען צום מקום העצרת און מיטהאלטן אויף די מלכי ישראל גאס, וואו אלע חסידים וועלן זיך פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד אויסצושרייען דעם וויי געשריי פונעם יהדות החרדית.

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
סדר הבאסעס מיטן ענדגילטיגע מאפע פארן עצרת.

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
מודעה מטעם בית כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א צום מארגנדיגע עצרת.

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
א רוף פון ועד הישיבות פאר אלע בחורי ישיבות זיך משתתף צו זיין ביים עצרת מארגן דאנערשטאג.

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
הרה״ח ר׳ אשר פריזאנד שליט״א משב״ק כ״ק אדמו״ר מבאיאן שליט״א, האט היינט איבערגעגעבן די הוראת הקודש פאר כלל חסידי באיאן, זיך אנצושליסן אינעם מארגנדיגע עצרת אין ירושלים.
די בחורים פֿון די באיאנער ישיבות וועלן שוין אונקומען היינט ביינאכט קיין ירושלים, און מיטהאלטן די שמחת אירוסין פֿון אן אייניקל ביים רבי'ן, טאכטער פֿון הרה״צ ר׳ יוסף ברייאר שליט״א,בנו הגדול פונעם רבי'ן.
די בחורים וועלן בלייבן נעכטיגן אינעם בנין הקלויז, און מארגן צופרי וועלן זיי מיטדאווענען תפילת שחרית מיטן רבין שליט״א. נאכן דאווענען וועט פארקומען א סדר לימוד פאר די בחורים ביז צום זמן העצרת.
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
פאראייניגטע רוף פון רבני חב"ד בארה"ק צום עצרת.

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
היינט ערשיינט א היסטארישער און פאראייניגטע קול קורא אונטערגעשריבן דורך די דריי מועצות גדולי התורה פון אגדות ישראל, דגל התורה און ש"ס, אונטערן קעפל "גם היום יוושעו מפיך שוכן מרומים", וואו די גדולי ישראל, אדמור"ים, גדולי תורה און חכמי ספרד אפעלירן מיט א הייסע רוף צום יהדות החרדית בארה"ק ארויסצוקומען דעם דאנערשטאג אויף די הויפט שאסייען פון ירושלים עיה"ק, ארויסצוברענגען אונזער קול מחאה אקעגן דעם ביטערן גזירת הגיוס, און אויסנוצן דעם עת רצון און כח הרבים מעתיר ומפציר צו זיין לביטול רוע הגזירה.

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
היינט אויפדערנאכט בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א זענען אריין אל הקודש פנימה די שלוחי דרבנן הרב מאיר פרוש הי"ו אינאיינעם מיט הרב ישראל אייכלער הי"ו וועלכע האבן פארגעלייגט על שולחן מלכים די פלענער און סדר המעמד פונעם היסטארישן "עצרת המיליאן - זעקת התורה" וואס קומט פאר דעם דאנערשטאג אין ירושלים. דער רב שליט"א האט זיך אינטערסירט איבער די פרטי פרטים און מאציל געווען ברכת קדשו אז עס זאל ארויסקומען די ריכטיגע כבוד שמים און ברענגען א ישועה פאר די לומדי התורה.

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
ספעציעלע אנווייזונגען פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א אין בעפארברייטונג צום עצרת.

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
נעכטן מאנטאג האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א טעלעפאנירט קיין אמעריקא צו בנו ויד ימינו הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א וואו די די רבי האט געהייסן איבערגעבן די הוראת הקודש פאר אלע תלמידי הישיבות הקדושות און מתיבתות דחסידי גור איבערן לאנד, איבער דער פליכט אנטייל צו נעמען ביים "עצרת המיליאן - זעקת התורה" וואס קומט פאר דעם דאנערשטאג ברחובות ירושלים עיה"ק. באזונדער איז ארויסגעשיקט געווארן א מודעה דורכן מזכיר פונעם רבינס שטוב הרב יצחק ברוידא מיט א רוף צו אלע טויזנטער גערער חסידים איבער גאנץ ארה"ק, ווער עס איז ביכולת זיך משתתף צו זיין ביים עצרת און אויסשרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די ביטערע גזירה.
מטעם די עסקנים איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועט מיטהאלטן די עצרת פונעם טעראסע בבית הנגיד ר' יהושע וואלקאוויטש הי"ו אויף רחוב ירמיהו ביים ווינקל פון רחוב שמגר זייענדיג א סטראטעגיש ארט ווי טויזנטער חסידים וועלן קענען שטיין און מיטהאלטן די עצרת רבבות.

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
לך כנוס את כל היהודים: היינטיגן דינסטאג קארגע צוויי טעג בעפאר די היסטארישער "עצרת המיליאן - זעקת התורה" איז איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, פאר אלע בעלזער חסידים די אברכי הכוללים און בחורי הישיבות הגדולות פון איבער גאנץ ארץ ישראל, אנטייל נעמען אין דער גרויסער עצרת תפילה ומחאה דעם דאנערשטאג אין עיה"ק ירושלים.
דער רב שליט"א אליינס וועט בעז"ה זעלבסט מיטהאלטן דעם עצרת שטייענדיג אויף איינע פון די טעראסעס נעבן קרית בעלזא און זיך מצרף זיין מיט די רבבות אלפי ישראל בתפילה וזעקה מעורר צו זיין רחמי שמים להעביר את רוע הגזירה.
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
מודעה מטעם ישיבת מיר אין ירושלים לקראת די עצרת דאנערשטאג.

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
אין די יעצטיגער טעג איז דער בארימטער פוסק הגאון רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א, רב שכונת רמת אלחנן אין בני ברק, ארויסגעקומען מיט א פסק הלכה בנוגע די ברכה פון ׳חכם הרזים׳ וואס ווערט געזאגט ווען מען זעהט א ציבור פון שישים ריבוא אידן.
לויט די פסקים פון זיין שוואגער דער שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל ביים פריערדיגן עצרת המיליאן אין יאר תשע"ד, האט דער רב שליט"א געפסקנט אז מען קען זאגן די ברכה אויב עס ווערט אפגעשאצט דורך די מומחים אז עס זענען פארזאמלט שישים ריבוא אידן אריינגערעכנט קינדער און פרויען, און די ברכה זאל געזאגט ווערן דורך יעדן באזונדער און נישט ברוב עם אז יעדער איינער זאל קענען מאכן דעם זעלטענע ברכה.
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דער אפיציעלער לאגא וועלכער ערשיינט היינט שטייענדיג 48 שעה צום עצרת. דער לאגא סימבאליזירט די פאראייניגטע קול זעקה פונעם יהדות הנאמנה, קעגן די שרעקליכע רדיפות הדת און גזירות אויף די לומדי תורה.

מאנטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
די הכנות צום גרויסן "עצרת המיליאן" זענען די טעג שוין אריין אין פולן שוואונג, ווען גרופעס עסקנים פון אלע שיכטן און קרייזן זענען פאראייניגט, אין געיעג מיטן זייגער, צו קענען פארענדיגן די הכנות צום מעמד אדיר, וואס איז ערווארטעט צוזאמצוברענגען הונדערטער טויזנטער אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל, כולם יבואו נקבצו, אויסצושרייען דעם טיפן ווייטאג וואס ברענט אין די הערצער פון אידן איבער דער גארער וועלט פון די ביטערע גזירת גיוס אין ארה"ק.
היינטיגן מאנטאג נאך א לענגערע זיצונג מיט די פאליציי ווי מען איז איבערגעגאנגען די פרטי פרטים פונעם עצרת האט מען ב"ה ערהאלטן די ענדגילטיגע ערלויבענישן דורכצופירן דעם עצרת דאנערשטאג נאכמיטאג ווי געפלאנט. לויט די אינפארמאציע וואס איז פארגעלייט געווארן ביי דעם זיצונג, רעכענט זיך די פאליציי פאר א געשאצטע 600,000 מענטשן וועלכע וועלן אנקומען קיין ירושלים צו אנטייל נעמען אין דער היסטארישער עצרת. די עסקנים זאגן אז מ׳וועט זיין גרייט צו פארברייטערן דעם מאפע פון גאסן און שאסייען ביים אריינגאנג צו ירושלים, אויב די צאל משתתפים וועט זיך העכערן לויט די מספר פון באסעס און די שאצונגען פון די פאליציי.
צווישן די גרויסע הכנות צום עצרת ווערט אראנדזשירט א מאסן טראנספארטאציע אפאראט, צו צושטעלן באסעס פאר'ן ציבור פון אלע שטעט אין ארץ ישראל, די לעצטע פלענער ווערט יעצט אויסגעארבעט מיט די באס אגענטורן און פירמעס אין לאנד, צו פארזיכערן אז די רבבות אידן קומען אן קיין ירושלים און צוריק למקומות מושבותיהם אונטער א פליסיגן סיסטעם אן א שום אויפהאלטונגען.
באזונדער ארבעטן די עסקנים אויף א פלאן צו קענען צושטעלן באנען וואס וועט פארשנעלערן די טראספארטאציע צום העצרת און פארמיידן אומגעוואונטשענע טראפיק אויף די וועגן.

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
דאס יהדות החרדית אין ארה"ק פון אלע שיכטן און קרייזן, פון אלע עקן לאנד, גרייטן זיך ברבבותיהם דעם דאנערשטאג פרשת לך לך אין די נאכמיטאג שטונדן צום גרויסארטיגן "עצרת המיליאן" אויף די הויפט גאסן פון ירושלים עיה"ק, ווי עס וועט פארקומען במקהלות עם רבבה דער עצרת תפלה וזעקת התורה הקדושה און דער וויי געשריי פונעם יהדות הגולה, במעמד אלופי אלפי ישראל ובראשם רועי ומנהיגי עדת ישורון מרנן ורבנן אדירי התורה והחסידות גדולי וצדיקי הדור שליט"א, חברי מועצות גדולי וחכמי התורה, ראשי הישיבות שליט"א, מרנן האדמורי"ם שליט"א, רבני ומנהיגי קהילות הקודש, מורה הוראה יושבים על מדין, ווי אינאיינעם מיט אזא ציבור עצום פון אלופי אלפי ישראל וועט ארויסקומען דער "זעקת בני ישראל" אויף די ביטערע גזירות ורדיפות על הדת אקעגן בחורי ישראל, און אקעגן ישיבות הקדושות וועלכע עס לויערט אויף זיי א שרעקליכע סכנה ברוחניות, מיטן אריינשלעפן היימישע בחורים לומדי תורה, אין די טמא'נע מיליטער, ובפרט ווען עס האט דערגרייכט דאס שטאפל פון אריינשליידערן בחורים און אינגעלייט אין די פינסטערע טורמע'ס ווי די ערגסטע פארברעכערס, פארן איינציגסטן חטא פון וועלן לערנען תורה.
א מכתב קודש וקול קורא מיוחד ווערט אין די טעג אונטערגעשיבן דורך מרנן ורבנן גדולי התורה וחסידות שליט"א, וואס וועט ווערן מפורסם אין די קומענדיגע טעג לכלל קהלות הקודש ברחבי ארה"ק, מיט א הארציגע רוף זיך זיך צו באטייליגן כאיש אחד ביים גרויסארטיגן עצרת תפלה וזעקה.
פון איבעראל, פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, פון אלע היכלי התורה, היכלי הישיבות, היכלי הכוללים, אלע קהלות הקדוש מדן ועד באר שבע גרייט מען זיך ארויסצוקומען אין די מאסן צום עצרת התפלה וזעקת התורה הקדושה, ווי עס ווערט אהערגעשטעלט א מאסיווע טראנספארטאציע אפאראט פון אלע שטעט איבערן לאנד, צו קענען צונויפברענגען דעם היסטארישען ציבור העצום מכל קצוי הארץ.
לאור די ערווארטעטע מאסן השתתפות פון איבעראל, ווען טויזענטער טויזענטער אידן פון איבעראל בליעה"ר גרייטן זיך צו מאכן די וועגן קיין ירושלים עיה"ק, ווערט פאראויסגעשאצט א אנגעשטויסענע טרעפיק צושטאנד אויף אלע שאסייען איבערן גאנצן לאנד, מיט די טויזענטער באסעס און פריוואטע קארס וועלכע קומען צו פארן, דעריבער ווערט ארויסגעשטעלט א רוף צום ציבור, אז אויב מען האט די מעגליכקייט, זאל מען ארויספארן קיין ירושלים א נאכט בעפאר דעם עצרת, ד.ה. שוין מיטוואך אויפדערנאכט, און זיך מסדר זיין א מקום לינה איבערצושלאפן, אזוי ארום צו פארשפארן אומזיסטע עגמת נפש מיט די אנגעשטויסענע טרעפיק צושטאנד וואס איז ערווארטעט אויף דאנערשטאג יום העצרת איבערן טאג.
לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן, וועט זיך דער עצרת אנהייבן ארום 2:30 נאכמיטאג, און זיך פארענדיגן ארום 4:30 סמוך לשקיעת החמה, כדי צו ערמעגליכן אז די ציבור זאל קענען פארלאזן די עצרת נאך איידער די נאכט פאלט צי, און קענען אנקומען אהיים אויף שבת קודש מיט א רואיגקייט, צוליב די קורצע ווינטערדיגע פרייטאג און די פריע זמן שבת.
פילע איינצלהייטן ווערט אריינגלייגט אהערצושטעלן דעם עצרת מיט אלע פרטים ארום און ארום, עס ווערט געדרוקט טויזענטער טויזענטער ספרי תהלים, ווי עס איז אריינגעדריקט די מזמורי תהלים ופיוטי סליחות וואס איז באשטימט געווארן צו זאגן בעת די "עצרת הגדול" דורך מרנו ורבנן גדולי וצדיקי הדור שליט"א, דורך בעלי תפלה ושלוחי ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן, מיט אלע סארט נוסחאות, באזונדער וועט זיין אויפגעשטעלט באזונדערע לייוו-סקרינס, ווי מען וועט קענען מיטהאלטן פון די נאענט די די בעלי תפילות א.ד.ג.
על משמר קדושתן של ישראל, ווערט אהערגעשטעלט ספעציעל דעגנעזירטע ערטער פאר די נשים צדקניות, ווי זיי זאלן קענען מיטהאלטן דעם היסטארישן עצרת אויף א באזונדערע אפגעטיילטע פלאץ, לויט די העכסטע מאס סטאנדארטן פון חומת הצניעות.
דאס יהדות החרדית קוקט ארויס אז דער "עצרת המיליאן" זאל בס"ד ברענגען גינסטיגע רעזולטאטן, און דער "זעקת התורה" זאל דערהערט ווערן, און די שלטון הרשע זאל אנערקענען אז די כח התורה קען נישט און טאר נישט אפגעשוואכט ווערן אויף קיין שום פרייז אויף דער וועלט, א ערליכער איד מיט די מיליטער איז א שארפע סתירה, און זיי זאלן אויפהערן ארויפצולייגן לעגאלע סאנקציעס אויף בחורי ישראל על לא עוול בכפם, ושלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, וגזירה עבידא דבטלי.







תגובות