top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדולי ישראל נועדו: היסטארישע באגעגעניש אין בני ברק צווישן גדולי התורה פון ארץ ישראל און אמעריקא

  • sfbechatzros
  • 22 באוק׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

א היסטארישער באגעגעניש איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין בני ברק ווען עס האבן זיך צונויפגעטראפן די פירנדע גדולי הדור פון די ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל און אמעריקא.


די זיצונג איז פארגעקומען אין שטוב פון הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע מיט די באטייליגונג פון די חברי מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקא הגאון ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד, הגאון ר' אלי' ברודני ראש ישיבת מיר פלעטבוש, כ"ק האדמו"ר מנובומינסק שליט"א און נאך חשובע רבנים וראשי ישיבות.


לצידם האבן זיך אנגעזעהן די גדולי ישראל פון ארה"ק, הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע, דער זקן ראשי הישיבות ר' מאיר צבי בערגמאן, הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון, הגאון רבי שרגא שטיינמאן ראש ישיבת אורחת תורה און נאך.


די אסיפה איז פאררופן געווארן דורך די 'יד לאחים' ארגאניזאציע וואס ראטעווען ארויס אידן פון אונטער אראבישע און מיסיאנערישע נעגל, וואו די גדולי ישראל האבן געהערט א באריכט איבער זייערע פעולות חובקות און געענפערט אויף פארשידענע שאלות הלכה למעשה.


אין דעם געלעגנהייט האבן די גדולי ישראל דורכגעשמועסט א רייע נושאים וואס זענען עומד על הפרק, איבערהויפט די גזירת הגיוס וואס הויערט אויף די לומדי התורה, און די ווייטערדיגע שריט צו באקעמפן די גזירה.


די חברי מועצת גדולי התורה האבן פארגעשטעלט זייערע פראגעס און ספיקות ארום דעם שערוריה פון גיוס, אויף וואס די ראשי הישיבות פון ארה"ק האבן געענפערט און קלאר אויסגעשמועסט בטוב טעם.


נאכן אסיפה האט זיך דער לעיקוואדער ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער איינגעשפארט ביחידות מיטן סלאבאדקע ראש הישיבה פאר א לענגערע וויילע ביחידות.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page