top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיר ציון הרב ארי' מרדכי ראבינאוויטש הי"ו נכד האד' ממשכנות הרועים ענדליך באפרייט פון מיליטערישע טורמע

  • sfbechatzros
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיטן א הילכיגן "ברוך מתיר אסורים" האבן מאסן בני ירושלים היינט מקבל פנים געווען דעם אסיר ציון און גיבור החיל האברך החשוב בנן של קדושים ר' אריה מרדכי ראבינאוויטש הי"ו וועלכער איז ענדליך באפרייט געווארן פון די מיליטערישע טורמע נאך דריי שווערע חדשים פון יסורים און פייניגונגען וואס ער איז דארט אריבער צוליב זיין עקשנות דקדושה.


דער יונגערמאן ר' אריה מרדכי הי"ו - פיר און צוואנציג יאהר אלט, א טאטע פון דריי קינדער, און איז א בנן של קדושים, אן אייניקל פון די גדולי רבני ישוב הישן, כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, הגאון הצדיק רבי משה זאב זארגער דומ"ץ סאטמאר ירושלים, הגאון הצדיק רבי שרגא סעמועלס מרבני סאטמאר ירושלים און הגה"ח רבי אברהם קרויזער מיקירא קרתא דשופריא וועלכע איז ברייט באקאנט מיט זיין מסירות נפש לכל דבר שבקדושה.


ר' אריה מרדכי הי"ו איז ארעסטירט געווארן פארלאפענעם חודש תמוז צוזאמען מיט נאך עטליכע יונגעלייט ביי אן עצרת מחאה אין יאהוד וואו זיי האבן מיט מסירות נפש אפגעהאלטן די וואנדאלן פון ממשיך זיין מיט די שוידערליכע בזיון המתים. נאך די אויספארשונגען האט מען אים פארהאלטן אלס 'עריק' אין די מיליטערישע טורמע פארן איינציגן חטא פון אויספאלגן דעם דעת תורה און זיך נישט צו שטעלן צום צבא השמד.


תיכף נאכן באפרייאונג פון תפיסה איז אפגעהאלטן געווארן א פייערליכער מעמד קבלת פנים על פני כיכר השבת, וואו הונדערטער אידן האבן אפגעווארט מיט מוזיק און קעגנגעטאנצן מיט עקסטאזליכע טענץ. 


פון דארט איז ר' אריה מרדכי אריבער לביתו נאווה קודש פון זיין גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א וועלכער האט אים מקבל פנים געווען באנפין נהירין און שטארק מחזק געווען אויף זיין זכי' צו זיצן אין תפיסה למען כבוד שמים. 


עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים אויפן טעראסע בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן וואו דער רבי איז געזעצן לידו פון זיין חשובן אייניקל, און נאך רבנים ואנשים חשובים, ופניהם כלפי העם, ווען אויפן גאס זעצט פאר די ריקודין ביתר שאת ועוז. דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט ר' אריה מרדכי און דאן אריין אין שטוב וואו מען האט געטרינקען לחיים ביי וועלכן דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן אלע עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן, ובראשם העסקן הנמרץ ר' שמעון שישא הי"ו יושב ראש מרכז עזרה וייעוץ וועלכע האט אריינגעלייגט כוחות עצומות און נישט גערירט ביז צום ענדגילטיגן באפרייאונג היינטיגן מאנטאג.


פון דארט איז ר' ארי' מרדכי אריבער צום שטוב פונעם זיידן הגה"צ רבי משה וואלף זארגער דומ"ץ סאטמאר ירושלים וועלכע האט אים ענטפאנגען בשמחה רבה. אין אן איבערראשנדע שריט איז דארט ערשינען הגאון הגדול רבי עזריאל אויערבאך שליט"א מנהיג הרוחני פון די ליטווישע בני תורה קרייזן וועלכע איז ספעציעל ארויפגעקומען מחזק צו זיין דעם אסיר ציון וועלכע האט זוכה געווען קדש צו זיין שם שמים ברבים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page