top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרוב צו טויזענט בחורים מבני יישוב הישן באטייליגט ביי מעמד "הכנה למסירת נפש" אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק

  • sfbechatzros
  • 21 באוק׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 22 באוק׳

דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

נאנט צו טויזענט בחורים פון מערערע ישיבות הקדושות פונעם יישוב הישן, האבן זיך פארזאמלט צו א מעמד "הכנה למסירת נפש" אין ליכט פון די פארשווערטע גזירת הגיוס אין ארה"ק, ובפרט מיט די נאכאנאנדע ארעסטן אויף בחורים און אינגעלייט וואס שטעלן זיך נישט צום לשכת הגיוס.


דער מעמד איז פארגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים עיה"ק, בראשות מרנן ורבנן גדולי ישראל שליט"א מנהיגי ישוב הישן. דער בית המדרש איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהלות הפרושים, און כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, וועלכע האבן ארויסגעברענגט פאר די בחורים ואברכים שטארקע דברי חיזוק צו שטיין פעלזן פעסט במסירת נפש מיט די מערכה הכבידה. אזוי אויך האבן זיך משתתף געווען ביים מעמד הגאון הגדול רבי נתנאל פרץ מאירזאוהן שליט"א ר"י חכמת התורה, און הגאון רבי זעליג ראובן קאצנעלבויגן שליט"א ראש ומנהיג קהל ומוסדות תורה ויראה, און נאך גדולי הרבנים שליט"א.


באזונדער האבן אויפגעטרעטן הגאון רבי יחיאל קופשיץ שליט"א ר"מ בישיבת כנסת אליהו, הגה"צ רבי שאול סירוטה שליט"א ממשפיעי חסידי ברסלב, און הרב צבי פריימאן מראשי אירגון "הצלה לאחים".


צום סוף פונעם מעמד איז איז אפגעהאלטן געווארן א פאנעל אנגעפירט דורך עטליכע עסקנים פונעם 'וועד למען אסירי ציון', אינאיינעם מיט בחורים שוחררי ציון, וואס זענען געזעסן אין טורמע, און זענען געשטאנען קאמפס גרייט מיט די דרכי המלחמה במסירת נפש, זיי האבן אנגעגעבן עצות והדרכה אויב מ'ווערט פארכאפט דורך די ציוני'סטישע פאליציי.


דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט אומגעהויערע חיזוק והדרכה פאר א אלע חשובע בחורים און אינגעלייט, צו שטיין ווייטער פעלזן פעסט קאמפס גרייט אקעגן די ביטערע גזירה העברה על הדת.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות

לא היה ניתן לטעון את התגובות
נראה שהייתה בעיה טכנית. כדאי לנסות להתחבר מחדש או לרענן את הדף.
bottom of page