על פי קריאת גדולי ישראל: צענדליגער טויזנטער ערווארט ביי עצרת תפילה ומחאה ברחובה של עיר בני ברק איבער גזירת גיוס
- sfbechatzros
- 22 באוק׳
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

על פי קריאתם פון די גדולי ראשי הישיבות בארה"ק ובראשם הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע איז אין א היסטארישע אנטוויקלונג געמאלדן געווארן איבער א מאסיוון עצרת תפילה ומחאה וואו עס וועלן זיך פאראייניגטערהייט צוזאמענען רבבות אלפי ישראל דרי ארה"ק אפצושרייען די ביטערע גזירות הגיוס.
במשך די לעצטע חדשים האט מען שוין אסאך געהערט איבער דעם חיוב וואס עס ליגט אויף כלל ישראל אין די איצטיגע טעג, מקיים צו זיין דעם לך כנוס את כל היהודים, אויף א געמיינזאמע עצרת תפילה ומחאה, מתפלל צו זיין און איינצורייסן מיט פאראייניגטע כוחות, להעביר את רוע הגזירה.
אצינד נאך א טעלעפאן געשפרעך וואס איז אפגעהאלטן געווארן היינטיגן מאנטאג צווישן די צוויי פירנדע מנהיגים פון דער עולם התורה איז באשימט געווארן אפצוהאלטן דעם עצרת הרבבות די קומענדיגע זונטאג לך לך אויף די גאסן פון בני ברק, מיטן איין איינציגן ציל נעמליך צו פארזיכערן בעזהשי"ת אז עס זאל ארויסקומען וואס מער א גרעסערער קידוש שם שמים, און אז דער קול תפלה צוזאמען מיטן קול מחאה זאל וואס מער אפהילכן אויף די ברייטע גאס, ובפרט צווישן אחינו שבארץ ישראל, זיך צו האלטן פעלזן-פעסט קעגן די גלי הנסיונות וואס דראעט איבער זייערע קעפ מיט אזא שרעקליכן קראפט.
די ריזיגע מאסן דעמאנסטראציע, קומט אין א צייט וואס די גזירה איז שוין ליידער אין פולן ברען. עס גייט כמעט נישט אריבער א טאג וואס מען הערט נישט פרישע ארעסטן פון בחורי הישיבות און אברכי הכוללים, לומדי תורה, בלויז פאר'ן זיך נישט וועלן שטעלן צום טמא'נעם מיליטער.
צענדליגער טויזנטער חרדי'שע אידן זענען ערווארטעט זיך צו פארזאמלען אין די גאסן פון בני ברק, אויסצושרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן דער שרעקליכער גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס פלאגט אחינו בני ישראל היושבים בארצינו הקדושה, אונטער די נעגל פון דער ציוניסטישער רעגירונג.
אין די פארבליבענע טעג ביז צום מעמד זענען די עסקנים אין פולן שוואונג מסדר צו זיין אלע פרטים ופרטי פרטים, פון דעם עצרת הרבבות. אין די קומענדיגע טעג וועט געמאלדן ווערן פאר'ן ברייטן ציבור די פונקטליכע פרטים פון דעם מעמד אדיר, וואס ערווארטעט צונויפצוברענגען אזויפיל צענדליגער טויזנטער.
*********
דער טעלעפאן געשפרעך צווישן די צוויי פירנדע מנהיגים פון דער עולם התורה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע וואו עס איז באשימט געווארן אפצוהאלטן דעם עצרת הרבבות די קומענדיגע זונטאג לך לך אויף די גאסן פון בני ברק







תגובות