פילע הונדערטער תושבי מאנטריאל ביי עצרת מחאה אדירה פארנט פון ציוניסטישע קאנסולאט אין קוויבעק קאנאדע
- sfbechatzros
- לפני 36 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

קול נהי נשמע מקאנאדע, האט די וואך דינסטאג נאכמיטאג אפגעהילכט דער שטורמישער קול מחאה פון מאסן תושבי מאנטרעאל און קרית טאהש, אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען ארויסגעקומען מיט א פאראייניגטן קול מחאה אדירה, קעגן דעם ביטערן "גזירת גיוס" אין ארה"ק, וואס האט געהאט א קאלאסאלער אפקלאנג אויף די קאנאדישע מאסן, און וועט האפנטליך צוהעלפן אפצושרייען די שווערע גזירה וואס לויערט ליידער אין ארה"ק.
דער עצרת מחאה אדירה בחוצות מדינת קאנאדע איז פאררופן געווארן נאכפאלגנד דעם עצרת מחאה אדירה וואס איז פארגאנגענע וואך אפגעהאלטן געווארן אויף די גאסן פון מאנהעטן אין ניו יארק, וואס האט אנגעצינדן דעם ברען ביי די רבנים הגה"צ שליט"א רבני עיר מאנטריאל וקרית טאהש, ממשיך צו זיין מיט די פעולות הקודש, ארויסצוברענגען דעם ציבור תושבי מאנטריאל זיך אנשליסן מיטן קול מלחמה במחנה.
דער יושב ראש איז געווען הרב ר' יודל שטערן שליט"א ראש הקהל סאטמאר מאנטריאל. ער האט צום ערשט אויסגערופן הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטרעאל שליט"א, וואס האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה וואס האט אויפגעשטורעמט די הערצער פון אלע פארזאמלטע.
דערנאך האט גערעדט הרה"ג ר' יואל צבי מאשקאוויטש שליט"א, דומ"ץ קרית טאהש, און הרה"ג רבי אהרן יוסף לייטנער שליט"א, ר"מ בישיבת תורת משה סאטמאר מאנטריאל און איידעם ביי הגה"צ רבי משה מנחם טירנויער זצ"ל דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל.
פאר די פרעסע האט גערעדט הרבני הנכבד הרה"ח ר' שרגא פייוול ברעכער הי"ו, חבר הנהלת קהל יטב לב סאטמאר מאנטרעאל, וואס האט גערעדט אין די פראנצויזישע שפראך צו געבן דעם ריכטיגן מעסעדזש פאר די לאקאלע מידיע און די פרעסע. באזונדער האט גערעדט אין דער ענגלישער שפראך הרה"ח ר' יעקב נפתלי מאשער שליט"א, מרביץ תורה אין מוסדות סאטמאר מאנטרעאל.
הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א, ראב"ד סקווירא, האט פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים, וואס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט א געשריי דורך דעם גאנצן ציבור וואס האט געזאגט די פסוקי יחוד מיט קבלת עול מלכות שמים, שאפנדיג א קידוש השם פארנט פון די לאקאלע פרעסע.
























































































































































































































