top of page
חסידי לעלוב אין אמעריקא מיטגעפריידט ביי שמחת החתונה פון אייניקל ביי האד' מלעלוב פארגעקומען אין בארא פארק
דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN לעלובער חסידים אין אמעריקא האבן דעם מאנטאג מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת הנישואין במעונו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך קיין ניו יארק לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון נכדתו הכלה, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' ברוך שפיטץ שליט"א, זון פון הגה"צ רבי אהרן טובי' שפיטץ שליט"א גאב"ד סערט וויזניץ לעיקוואד, מיטן חתן, א זון פון הרה"ג ר' יואל פישער שליט"


ברוך הבא: מסיבת קבלת פנים לכבודו פון האד' מלעלוב אין בארא פארק
מאנטאג פרשת תולדות • כ"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN נעכטן זונטאג אינדערפרי פארטאגס שעה'ן האט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א געלאנדעט אין ניו יארק לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין שטאט בארא פארק. צופרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין די לעלובער בית המדרש דקהל בית דוד אין בארא פארק בנשיאותו, וואו מען האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית, נאכגעפאלגט מיט א שיינע מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים ביי וועלכע מען האט


ברוך הבא: האד' מלעלוב וועט אנקומען קיין ניו יארק לרגל שמחת נישואי נכדתו הכלה
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי ומעריצי בעת לעלוב אין אמעריקא גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות און עקסטאז מקבל צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וועלכער קומט צופארן מהתם להכא ממעון קדשו אין בית שמש קיין ניו יארק, לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל. די וואך מוצאי שבת פרשת חיי שרה נאך הבדלה, אין ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בית שמש, וועט פארקומען די מעמד צאתכם לשלום, און שפעטער אין די נאכט וועט זיך דער רבי שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג קיין ניו


גרויס התעוררות ביי לעלובער חסידים אפצייכענענדיג הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצוק"ל בעיצומו של יום הקדוש
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יעקב לעדערמאן,JDN לעלובער חסידים איבער דער גארער וועלט האבן אין די טעג ארום יום הקדוש אפגעצייכנט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצוק"ל, וועלכער איז נסתלק געווארן בעצם יום הכיפורים שנת תש"ע, וואו מען האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר און געבעטן אז זיין זכות זאל מגין זיין להכתב ולהחתם בספרן של צדיקים. דער עלי' לציון איז פארגעקומען דאנערשטאג שלש עשרה מידות, וואס איז באשטימט געווארן


כל הכתוב לחיים בירושלים: האד' מלעלוב געפראוועט יום טוב ראש השנה אין ירושלים כמסורת אבותיו
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כמידי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א געווען צוגאסט אויף יום טוב ראש השנה אין ירושלים עיה"ק, ווי די לאנגיעריגער מסורה פון צדיקי בית לעלוב לדורותיהם. דער רבי שליט"א איז געקומען צופארן אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון אלע שטעט אין ארץ ישראל, וועלכע האבן זענען פלאצירט געווארן דורך דער וועד הכנסת אורחים בחצר הקודש לילוב. אויף יום טוב איז ארויסגעדינגען געווארן די ויאמר יצחק זאל אויף רחוב שמעון הצדיק פאר די


האד' מאמשינוב אפגעראכטן שבע ברכות לרגל שמחת הנישואין בחצרות לעלוב - מודזיץ - אופעלע
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם ליל שישי האט כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אפגעראכטן א מסיבת שבע ברכות לכבודו פון שאר בשרו ומחותנו כ"ק אדמו"ר מאופעלע שליט"א לרגל שמחת נישואי בתו הכלה למזל טוב. דער אפעלער רבי איז פון אלס יונג בחור זייענדיג א יתום, אויפגעהאדעוועט געווארן ביים אמשינובער רבי'ן שליט"א, וועלכע האלט אן דעם קשר אמיץ דורכאויס די אלע יארן. ווי באקאנט האט דער אמשינובער רבי מיט עטליכע יאר צוריק שטארק צוגעשטופט דעם אופעלער רבי'


גרויסארטיגער רבישע חתונה אין הויפן פון לעלוב - מודזיץ - אופעלע געפראוועט אין בית שמש
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר בדיצה וחדווה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון די הויפן לעלוב און מודזיץ מיטגעהאלטן די חתונה הרוממה פון החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב חסידי לעלוב, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאופאלע שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א. די שמחה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם גרוי


שמחת פדיון הבן אין הויפן פון לעלוב - קאזמיר - לעלוב בית שמש
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ. גאלדברג - י. פריד, JDN שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן רב חסידי לעלוב, בן הבכור ביי בנו הרב משה מרדכי בידערמאן שליט"א איידעם פון הרה"צ רבי אהרן נחום טאוב שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב בית שמש שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בית שמש.


האד' מלעלוב צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין שטאט בני ברק | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך שבת איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א געווען צוגאסט אין בני ברק בקרב חסידיו, לרגל די שבת באווארפן פון החתן א זון פונעם משמש בקודש הרה"ח ר' אהרן לוסטיג הי"ו יד ימינו פונעם רבי'ן. דער רבי האט אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת בבית מדרשו אויף רח' אהרנוביץ וואו הונדערטער תושבי בני ברק האבן געשטראמט דורכאויס גאנץ שבת מיטצוהאלטן די געהויבענער תפילות און טישן בצילו פונעם חשובן גאסט.


אֵיכָה תִּפְאַרְתִּי • תשעה באב ביי האד' מלעלוב אין עיה"ק צפת
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


הונדערטער חסידי לעלוב מיטגעהאלטן יערליכן שבת התוועדות אין אתרא קדישא מירון
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י"ש חיימסאן, אלימלך גרסטל,JDN הונדערטער חסידי לעלוב האבן מיטגעהאלטן דעם יערליכן שבת התוועדות דעם שבת קודש פרשת בהעלותך אין אתרא קדישא מירון, ווי די לאנגיעריגע חזקה וואס איז שוין איינגעפירט געווארן מיט איבער אכציג יאר צוריק דורך די פריערדיגע צדיקי בית לעלוב זי"ע, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א. טראץ די שווערע זיכערהייט לאגע וואס הערשט אין צפון ארץ ישראל, האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבערן גאנצן


ויכוננו עיר מושב: חצה"ק לעלוב וועט אויפבויען נייע פרעכטיגע קהלה אין אויפבליענדען שטאט "עמנואל"
דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א קריטישע שריט צו לעזן דעם שווערן דירות-מאנגל און די טייערע פרייזן פאר דירות אין ארץ ישראל, גרייטן זיך חסידי לעלוב צו א פרישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה מיטן אוועקשטעלן א נייע מקום מושב אין די אויפבליענדע שטאט עמנואל. זינט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א איז ארויף על כס האדמורו"ת מיט אריבער פופצן יאר צוריק, האט זיך די קהילה הערליך צעבליט מיט קהילות און בתי מדרשים אין בית שמש, ירושלים, בני ברק, אלעד, ביתר און ביז קיין צפ


שמחת קישור החיתון אין הויפן פון לעלוב - מודזיץ - אפאלע - מאקאווא
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז בשעה טובה ומוצחלת געשלאסן געווארן די שידוך פון די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב חסידי לעלוב איידעם פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די שמחת התנאים איז פארגעקומען שפעטער אויפדערנאכט אין ביהמ"ד אפאלע אין בני ברק אין שפיץ פון די זיידעס


וְעֵץ הַשָּׂדֶה יִתֵּן פִּרְיוֹ • חמשה עשר בשבא בחצר הקודש לעלוב
דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


פולע ווידיאו • סעודת ההילולא פון אוהב ישראל הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע ז' שבט אין לעלוב פוילין
דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש


מאסן צוזאמענפאר פון הונדערטער חסידים צום הילולא קדישא ז' שבט אין לעלוב פוילין | ברייטע דעקונג
דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אונטערגענומען א מסע הקודש בראש קהל חסידיו, צו די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע, ז' שבט אין שטאט לעלוב פולין. שוין הונדערטער יארן וואס דער טאג ז' שבט דינט אלס א יום שמחה והתעוררות ביי לעלובער חסידים, בפרט אינעם שטאט לעלוב וואס ווירבלט יאר יערליך אין דעם גרויסן טאג - מיט מאסן אידן פון איבער די גארער וועלט, חסידים ואנשי מ


ווידיאו • האד' מלעלוב ביים הדלקה רבתי ביים ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע אין לעלוב פוילין
זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש


האלט מיט לעבעדיג • הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע אין לעלוב פוילין
זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש קרעדיט: C-LIVE


גרויסע הכנות צום הילולא קדישא ז' שבט אין לעלוב פולין; מאסן צוזאמענפאר אויף שבת ערב ההילולא
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש מיט אן הכנה דרבה און התרגשות דקדושה גרייטן זיך לעלוב'ער חסידים אומעטום צו פראווען די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא דדהבא הרה''ק רבי דוד לעלובער זי''ע וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן ז' שבט, בצילו פונעם ממשיך שולשת הקודש כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וואס וועט כמידי שנה בשנה ארויספארן פראווענען די הילולא קדישא באתרא דמר סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט לעלוב אין פולין אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון איבער די גארער וועלט. דער היי-י


ווידיאו • זאת חנוכה בחצר הקודש לעלוב
פרייטאג פ' ויגש • ו' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: יעקב לעדרמאן


bottom of page


