גרויסארטיגער רבישע חתונה אין הויפן פון לעלוב - מודזיץ - אופעלע געפראוועט אין בית שמש
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
בדיצה וחדווה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון די הויפן לעלוב און מודזיץ מיטגעהאלטן די חתונה הרוממה פון החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב חסידי לעלוב, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאופאלע שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א. די שמחה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן שאטער פארנט פון ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בית שמש.
צום באשטימטן שעה זענען די געהויבענע זיידעס און מחותנים ערשינען צום מעמד קבלת פנים, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער פעטער מצד הכלה הרה"צ רבי שלמה צבי טאוב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א און איידעם ביי הרה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט"א אדמו"ר מלעלוב בהר"ן, און בדחנא דמלכא ר' יצחק וואסערמאן האט אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות וכיבושין.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק ראדומישלא ביתר שליט"א, מחותן מצד הכלה, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס הגה"צ אבד"ק מאקאווא נתניה שליט"א און כ"ק אדמו"ר מלעלוב בהר"ן שליט"א, ווי אויך הרה"ג רבי יצחק ראטמאן שליט"א זקן רבני לעלוב, און הרה"ג רבי שמואל מאיר רעטהייזער שליט"א מראשי ישיבת מודזיץ, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א. נאכן חופה האבן די זיידעס ראשי העדה כ"ק האדמורי"ם מלעלוב און מודזיץ שליט"א אנגעוואנטשן ברכות קדשם פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור.
אום 9:30 זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען אינעם היכל צום שמחת החתונה לקול תרועת הזמר און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודים נלהבים וואס האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע. דער הויכפונקט איז געווען ווען דער זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א איז אויפגעשטאנען טאנצן מיט א פאטשיילע, און האט מעודד געווען די ריקודין בעוז ותעצומות מיט א גרויסער התלהבות וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן עולם, באזונדער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א.
שפעטער האבן די ריקודין פארגעזעצט אין צענטער פונעם שאטער, וואו דער מחותן כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א האט אנגעפירט די ריקודין של שמחה אויפן פוילישן שטייגער, בשעת די ריקודין איז ערשינען דער פעטער כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, וועלכער איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד מיטן ניגון "קול רינה".
דורכאויס די שמחה האבן זיך באטייליגט פילע אדמורי"ם ורבנים חשובים, צווישן זיי האדמורי"ם מקאסוב וויזניץ, בישטינא פתח תקוה, טעמשוואר אלעד, יערוסלאב, קאמרנא בית שמש, לעלוב בית שמש, לעלוב ירושלים, אמשינאוו בית שמש, ליזענסק בית שמש, קאסוב בית שמש, לייפניק, הגאון רבי נתן קופשיץ שליט"א רב שכונת נחלה ומנוחה, אבד"ק מאחנובקא בעלזא בית שמש, אבד"ק קרעטשניף בני ברק, און נאך פילע רבנים, אויך האבן באשיינט די פעטער'ס כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, האדמורי"ם מלעלוב בני ברק, קוזמיר, בוטושאן, לעלוב בהר"ן, אבד"ק מאקאווא אשדוד, און נאך.
מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א. מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטערס האדמורי"ם מקוזמיר, בוטושאן, אבד"ק מאקאווא אלעד, און אבד"ק מאקאווא לאנדאן. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.
גלייך נאכן בענטשן האט דער מאקאווא רב אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה. דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' מענדל יאקאב אנגעהויבן זיין מלאכת הקודש מיט הארציגע דברי חרוזים, וואו ער האט בחדא מחתא משלב געווען און אויסגערופן אלע געהויבענע זיידעס און מחותנים אויפאמאל. צום ערשט האט דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א געטרונקען לחיים און געוואנטשן פאר די חתן און מחותנים, דאן האט מען אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות ודביקות, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש מיט א זעלטענער דביקות.
דערנאך האט מען צוגעטרויטן צו די עבודת הריקודין פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וואס האט געהויבן דעם ציבור אין די עכערע ספערן, שפעטער זענען געטאנצן די פעטערס הרבנים לבית מאקאווא, דער מחותן הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א, און דער מחותן כ"ק אדמו"ר מאופאלע שליט"א. בדחנא דמלכא ר' מענדל יאקאב האט משמח געווען מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן, און קרוב צו צוויי אזייגער אויפדערנאכט האט מען פארענדיגט די שמחה הרוממה מיט די מצווה טאנץ פון חתן וכלה.




































































































































תגובות