גרויסע הכנות צום הילולא קדישא ז' שבט אין לעלוב פולין; מאסן צוזאמענפאר אויף שבת ערב ההילולא
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש

מיט אן הכנה דרבה און התרגשות דקדושה גרייטן זיך לעלוב'ער חסידים אומעטום צו פראווען די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא דדהבא הרה''ק רבי דוד לעלובער זי''ע וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן ז' שבט, בצילו פונעם ממשיך שולשת הקודש כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וואס וועט כמידי שנה בשנה ארויספארן פראווענען די הילולא קדישא באתרא דמר סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט לעלוב אין פולין אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון איבער די גארער וועלט.
דער היי-יאריגער יומא דהילולא טראגט מיט זיך א באזונדערן באדייט, ווען עס וועט געפראוועט ווערן א שבת באתרא דמר, שבת קודש פרשת בא ערב יומא דהילולא קדישא וואס געפאלט אויס דאס יאר מוצאי שבת, וואו הונדערטער חסידים מכל קצווי תבל וועלן פראווענען דעם שבת יארצייט במחיצת הקודש, באזונדער וועט מען היי יאהר אין א מזל'דיגע שעה באנייען די נייע חדרי לינה אינעם בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק', וועלכע זענען פראכטפול פארענדיגט געווארן ברוב פאר והדר, אריינגערעכנט א דירה נאה פארן רבי'ן שליט"א.
כאטש וואס אין די לעצטערע יארן איז נתפרסם געווארן א סגולה פאר בחורים וועלכער ווארטן אויף א זיווג הגון צו טאנצן אויפן טיש ביים יארצייט טיש אין לעלוב, ווען דורכאויס די יארן איז געהערט געווארן מערערע וואונדערליכע ישועות פון עלטערע בחורים וועלכע זענען געפארן צום יארצייט און בשעטומ”צ א חתן געווארן די קומענדיגע יאר, האט זיך היי יאר געשאפן אן ערנסטע פראבלעם היות די מיליטערישע פאליציי לאקערט צו אינפארסירן דעם גזירת הגיוס און ארעסטירן בחורים וועלכער האבן זיך נישט געשטעלט אין מיליטער, ספעציעל אינעם לופטפעלד ביים ארויספארן פון לאנד, איז דעריבער געווארן ארויסגעשטעלט אן הוראה אז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א זאל סיי וועלכע בחור אדער יונגערמאן וועלכער איז אין די יארגאנג וואס מען דארף זיך שטעלן אין מיליטער און האט א חשש אז מען וועט אפשטעלן אויפן וועג, זאל בשום אופן נישט פרובירן ארויסצופארן צום הילולא.
דער רבי שליט"א האט זיך שוין ארויסגעלאזט אין וועג נעכטן מיטוואך וארא, למחרת די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע. דער רבי איבערגעכטיגט אין קערעסטיר, און וועט היינט דאנערשטאג ממשיך זיין קיין ליזענסק וואו די רבי וועט וויילן איבער די וואך אויף מנוחת הנפש, אינעם הויז ווס שטייט אונטער די בעלות פון הכנסת אורחים ליזענסק בראשות הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי נאמן ביתם פון אדמור"י לעלוב, וואו דער רבי וועט פראווענען שבת קודש אויף א פריוואטע פארנעם מיט אן ענגע צאל מקורבים.
דאנערשטאג דערויף פרשת בא וועט דער רבי אנקומען קיין לעלוב לקראת די הילולא קדישא, וואו די ימי אורה וועלן זיך אנהייבן ליל שישי מיט א מעמד קביעת מזוזה פאר די נייע חדרי לינה אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, נאכגעפאלגט מיט א שבת מרומם בצילו פונעם צדיק, מוצאי שבת קודש ליל ההילולא וועט פארקומען א טיש מלוה מלכה באגלייט מיט כלי זמר.
זונטאג בעצם יומא דהילולא וועט מען דאווענען שחרית ברוב עם, און נאך פת שחרית וועט פארקומען דער מעמד עליה לציון ברוב עם, נאכגעפאלגט מיט די יערליכע מעמד ההדלקה און ריקודין קדישין בחצר הציון, לעת ערב וועט די רבי שליט"א אפרעכטן דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא רבתי אינעם גרויסן שאטער וואס וועט זיך פארציען אויף שעות ארוכות ביז'ן אור הבוקר, באגלייט מיט די פלאם פייערדיגע ריקודי קודש בתופים ומחולות.
די הכנות צום יארצייט זענען שוין אין פולן שוואונג, פארלאפענעם וואך זענען די עסקני הכנסת אורחים בראשות הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי ארויסגעפארן קיין לעלוב, וואו זיי האבן אפגעהאלטן א זיצונג מיט די באאמטע פון די שטאטראט אין לעלוב צו ערהאלטן אלע נוטיגע פערמיטן און אנגרייטן דעם ארט לקראת די הילולא רבה.
זיך גרייטנדיג אויף א צוזאמענפאר פון שווערע הונדערטער אידן צום יארצייט און צום שבת בעפאר, איז אויסער די צוויי בנייני הכנסת אורחים אויך ארויסגעדינגען געווארן אן עקסטערער זאל אין שטאט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, א גיגאנטישער שאטער ווערט אויפגעשטעלט סמוך ונראה צום ציון וואו עס וועלן אפגעראכטן ווערן די מעמדי קודש אין לויף פון שבת קודש און די ימי ההילולא, און א באזונדערע שאטער איז איינגערישט געווארן נעבן דעם אוהל הק' כדי צו קענען אקאמאדירן די פילע מתפללים בשעת דעם צענטראלן מעמד עליה לציון בעיצומו של יום, צו קענען מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת און זיך באשיצן פון די שווערע קעלט.







תגובות