top of page
הגרש"ב סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביי אסיפת חירום אין לשכת בד"ץ העדה החרדית איבער מאסן־עצרת קעגן גזירת הגיוס
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני ווי ברייט באריכטעט גרייט זיך דאס יהדות החרדית אין ארצינו הקדושה ארויסצוקומען אויף א מאסן עצרת מחאה ווי קיינמאל בעפאר, קומענדיג אויסשרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס די ציוניסטישע רעגירונג צווינגט ליידער ארויף אויף טויזנטער בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן אין ארה"ק, היל"ת, קומען פאר העפטיגע באראטונען מיט די סאמע גרעסטע עסקנים פון די חסידישע, ליטווישע או


הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי שמחת הברית בחצר הקודש ביאלא
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מתתיהו גולדברג- י פריד פארלאפענעם ערב שבת בראשית איז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים ווי ער האט געדינט אלס מוהל ביי א ברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, בן הנולד ביי חתנו הרה"ג ר' יעקב יצחק טאוב ראש הכולל עיון ביאלא, אור אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מקאפיטשניץ, קאזמיר, און לעלוב בית שמש. ביים אנקומען האט זיך הרה"צ רבי יעקב מאיר


גרויסן ציבור באגלייט למנוחות הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל ביי מסע הלוויה אין ירושלים
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN מיט צובראכענע הערצער האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק חסידא ופרישא כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל, וועלכער איז דעם מיטוואך פארטאגס נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בפתע פתאום, אין עלטער פון איין און אכציג יאר. א גרויסן ציבור מתפללים, מעריצים, קרובי המשפחה, און תושבי השכונה, אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים האבן זיך פארזאמלט צו באוויינען די אבידה שאין לה תמורה ביים לוויה בהיכל בית מדרשו א


וויליאמסבורג: גרויסארטיגע סאטמארער חתונה פארגעקומען אינעם ניי-רענאווירטן ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר
מוצאי שב"ק פ' נח • ג' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער בחדוה עילאה האבן אלפי תלמידים וחסידי סאטמאר מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר בסימן טוב ובמזל טוב בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג. די גרויסארטיגע חתונה איז געווען די ערשטע שמחה בבית צדיקים וואס איז געפראוועט געווארן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג. דער ביה


חסידי באבוב-45 פייערן ערשטן הכנסת ספר תורה אין נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד הגדול והחדש פון די קהילה
מוצאי שב"ק פ' נח • ג' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש פארלאפענעם דאנערשטאג אסרו חג סוכות איז פארגעקומען אין שטאט בארא פארק א געהויבענעם חגיגת הכנסת ספר תורה, ווען עס איז ברוב פאר והדר אריינגעגעבן דער ערשטער נייע ספר תורה צום ביהמ''ד הגדול והחדש דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק, וועלכע מען האט באנייעט לכבוד די היי יעריגע ירח האיתנים. די ספר תורה איז אריינגעגעבן געווארן בנדבת לבו הטוב פון הרה''ג ר' אשר זעליג גאלדמאן שליט"א מפארי חסידי באבוב 45, דער מעמד סיום כתיב


יום טוב סוכות בחצר הקודש סקולען ירושלים | בילדער גאלעריע
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, שוקי לרר,JDN


בני ברק: שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי האדמור"ים מנדבורנה ירושלים און ביאלא רמת אהרן
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איתי קצב דעם אסרו חג סוכות איז געפראוועט געווארן די שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנה ירושלים שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"צ רבי אהרן מענדל ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאל פון ביהמ"ד באיאן אין בני ברק.


באישון ליל: האד' מאמשינוב איז מתפלל ביים ביים כותל המערבי לכבוד הרגל
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם דאנערשטאג נאכט חול המועד סוכות באשמורת הבוקר ארום פיר אזייגער פארטאגס איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לכבוד המועד. די רבי האט דארט מתפלל געווען א תפילה חרישת און דערנאך זענען פילע אידן צוגעקומען מיט הזכרות וואו דער רבי האט יעדן געוואונטשן במאור פניו.


וְשָׂמַחְתָּ לִפְנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ • געהויבענעם יום טוב סוכות בצ"ק פון האדמו"ר מבעזלא
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: JDN האדמו"ר מסקאליע ביים אונטערזינגען די 'ריבניצער תנועה' וואס איז מסוגל זיך ארויסצוזען פון טראפיק, אויפן וועג אהיים פונעם עצרת מחאה אדירה אין מאנהעטן דעם זונטאג. ובהם נהגה: האדמו"ר מבעלזא ווערט געזעהן אין די פריוואטער סוכה בביתו נאווה קודש זייענדיג עוסק בלימוד התורה. דער זעלטענער אחדות'דיגער צוזאמארבעט ביים עצרת מחאה אדירה אין מאנהעטן פון די עסקנים פון ק"ק סאטמאר, אין שפיץ פון העסקן הנמרץ ר' יואל לאנדא הי"ו (קהילת ס


אסיר ציון האברך החשוב בנש"ק הרב ארי' מרדכי ראבינאוויטש אויפגענומען בשמחה רבה בבתי גדולי ישראל
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכפאלדנדיג די באפרייאונג פון דעם אסיר ציון בנש"ק האברך הר"ר אריה מרדכי ראבינאוויטש הי"ו, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, וועלכער איז ענדליך באפרייט געווארן פון דער מיליטערישער טורמע, נאך דעם וואס ער האט דארט געשמאכטעט לאנגע דריי חדשים, אריינגערעכנט די הייליגע טעג און די ימים טובים, איז ר' אריה מרדכי הי"ו אין די טעג ארומגעגאנגען בבתי גדולי ישראל אדמור"ים רבנים און די מנהיגי העדה החרדית וועלכע האבן מקבל פנים געווען ד


בילדער גאלעריע פון חג הסוכות בצל כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


וְשָׂמַחְתָּ לִפְנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ • יום טוב סוכות זמן שמחתינו בחצר הקודש טאהש
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


שוידערליכע וואנדאליזם אויפן בית עלמין העתיק אין שטאט וויזניצא אין אוקריינע מקום מנוחתם פון צדיקי בית וויזניץ
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש שאק און שוידער האט באנומען וויזניצער חסידים פון איבעראל, ביים ערהאלטן די ידיעה איבערם שרעקליכן חילול הקודש, ווען נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט האבן א באנדע ערלים, נידריגע עלעמענטן זיך איינגעבראכן אינעם בית העלמין העתיק אין שטאט וויזניצא אוקריינא, מקום מנוחתם פון אדמור"י בית וויזניץ, הרה"ק בעל צמח צדיק ובנו ממלא מקומו הרה"ק בעל אמרי ברוך זי"ע, און האבן וואנדלזירט דעם בית החיים מיט א שוידערליכע בזיון. די עלעמענטן האבן אויפגעבראכן דעם ג


שיינע שידוך געשלאסן צווישן די הויפן נאראל - נדבורנה - שאץ וויזניץ
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, אן אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ ר' אהרן שפירא שליט"א אבד"ק נאראל בני ברק, די חתן א זון פון זיין זון הרב יצחק נתן שפירא שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' שמואל שמעלקא ראזענבוים שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא זצ"ל בעל באר יעקב, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען


זעלטענע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" אין לאס אנדזשעלעס
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות לאס אנדזשעלעס לעבט מיט געהויבענע טעג בצלם פון די גדולי ישראל שליט"א וואס זענען געקומען צו פארן פון ארה"ק און פון אמעריקא, מיטן ציל אויפצוטרייבן פאנטאסטישע נדבות לטובת דער 'קרן עולם התורה',וואס דינט אלס דער רוקן ביין פון די עולם התורה בארה"ק אין שאטן פון דעם ביטערן גזירת הגיוס. אין דעם יעצטיגן 'מסע חיזוק' האבן זיך אנגעשלאסן בראש וראשון מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון רבי ירוחם אלשין ראש ישיבת ביהמ"ד גב


עֵדוּת ה' נֶאֱמָנָה • יום טוב סוכות בחצר הקודש קרעטשניף סיגעט
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי


דאפלטע שמחת התורה אין נדבורנא הויף ביים חגיגת הכנסת ספר תורה מוצאי שמחת תורה נדבת משפ' פרידמאן שיחי'
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א דאפלטע שמחת תורה'דיגע אטמאספערע האט געהערשט דעם מוצאי יום טוב שמחת תורה בחצר הקודש נדבורנא ווען איידער די געהויבענע מעמד הקפות שניות איז פארגעקומען די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן להיכל בית מדרש הגדול אין קרית נדבורנא אין בני ברק נדבת הרה"ח ר' צבי אייזיק פרידמאן הי"ו, מנאמני ביתו פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, זוהן פון הרה"ח ר' מיכאל אליעזר פרידמאן, משמש בקודש ביי הרה"ק בעל באר יעקב מנ


הַנֶּחֱמָדִים מִזָּהָב וּמִפָּז רָב • רגש קודש ביי אלפי חסידי סאטמאר נאכ׳ן מיטלעבן לעכטיגן "זמן שמחתינו" בצלא קדישא עילאה
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין א העכערע גייסט האט זיך געשפירט במשך דעם גאנצן זמן שמחתינו בחצר הקודש סאטמאר, בפרט ביי די צווייטע טעג יום טוב בין כותלי ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו מען האט זיך ווידעראמאל געטראפן מיט א ריבוי עם פון אזויפיל טויזנטער אידן בליעה"ר וכ"י וועלכע זענען געקומען מכל פינות ומחנות מיטצוהאלטן די דריי געהויבענע און הייליגע טעג בצל הקודש. בליל הושענא רבא האט זיך אראפגעלאזט רעגענ


חג הסוכות זמן שמחתינו בחצר הקודש ווערדאן אין בארא פארק | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page

