דאפלטע שמחת התורה אין נדבורנא הויף ביים חגיגת הכנסת ספר תורה מוצאי שמחת תורה נדבת משפ' פרידמאן שיחי'
- sfbechatzros
- 22 באוק׳
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א דאפלטע שמחת תורה'דיגע אטמאספערע האט געהערשט דעם מוצאי יום טוב שמחת תורה בחצר הקודש נדבורנא ווען איידער די געהויבענע מעמד הקפות שניות איז פארגעקומען די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן להיכל בית מדרש הגדול אין קרית נדבורנא אין בני ברק נדבת הרה"ח ר' צבי אייזיק פרידמאן הי"ו, מנאמני ביתו פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, זוהן פון הרה"ח ר' מיכאל אליעזר פרידמאן, משמש בקודש ביי הרה"ק בעל באר יעקב מנדבורנא זצ"ל און ביי יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, לעילוי נשמתה פון זיין מוטער ע"ה וואס איז אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיה מיט ארום צוויי יאר צוריק.
די גרויסע מעמד האט זיך אנגעהויבן נאכן נעילת החג, ווען מען האט געליינט אינעם נייעם ספר תורה בחדרו הפרטי פונעם רבי'ן שליט"א, און דערנאך האט די רבי געמאכט הגבהה אויפן ספר תורה. דאן איז מען ארויס צום פרייליכן תהלוכה אין שפיץ פונעם רבי'ן ברחובות קריה, טאנצנדיג א לענגערע צייט בשמחת התורה, די ריקודין האבן פארגעזעצט אינעם היכל ביהמ"ד, ווען די רבי האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין מיט די נדבן און בני המשפחה, און פארגעזאגט די מזמורים כנהוג.
דערנאך איז ערשינען דער מרא אתרא הגה"צ רבי חים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק מיט וועם די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן ספר תורה צוזאמען מיטן נדבן.
גלייך דערנאך איז מען צוגעטרעטן צו פתיחת הארון פאר הקפות שניות, דער מרא דאתרא הרב לאנדא איז מכובד געווארן צו זאגן די פסוקים פון אתה הראית, און די רבי האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין און די הקפות בעוז ותעצומות כמדי שנה בשנה מיט גרויס דערהויבנקייט.
צומארגנס, אסרו חג איז פארגעקומען א רייכע סעודת מצווה לגומרה של תורה אין א פראכטפולע זאל ווי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א האט באשיינט בראש המעמד, און ארויס אין פרייליכע ריקודין. מיט א שיינע דרשה האט אויפגעטרעטן הרה"צ רבי אהרן טויסיג שליט''א, און דער בארימטער חזן ר' ישראל אדלער האט מהנה געווען מיט פרקי חזנות.
אין די טעג בעפאר די מעמד איז דער נדבן הספר תורה ארומגעגענגען מיטן ספר תורה בבתי אדמורי"ם און גדולי ישראל וועלכע האבן אריינגעשריבן אותיות צווישן זיי ביים מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך בעל תשובות והנהגות, פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער, האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, וויזניץ, טשערנאביל, ראחמיסטריווקא פיטסבורג, און הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק.
מוצאי צום גדליה, איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת אותיות אין שטוב פונעם נדבן ווי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, און אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מקאמרנא ב"ב, קליוולאנד, ביאלא ישרי לב, הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממחנובקא בעלזא, הרה"צ המשפיע רבי אהרן טויסיג, און הרבנים בני וחתני הרה"ק בעל באר יעקב מנדבורנא זצ"ל.


















































תגובות