top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הַנֶּחֱמָדִים מִזָּהָב וּמִפָּז רָב • רגש קודש ביי אלפי חסידי סאטמאר נאכ׳ן מיטלעבן לעכטיגן "זמן שמחתינו" בצלא קדישא עילאה

  • sfbechatzros
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 5 דקות

מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: י. שטיין

א העכערע גייסט האט זיך געשפירט במשך דעם גאנצן זמן שמחתינו בחצר הקודש סאטמאר, בפרט ביי די צווייטע טעג יום טוב בין כותלי ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו מען האט זיך ווידעראמאל געטראפן מיט א ריבוי עם פון אזויפיל טויזנטער אידן בליעה"ר וכ"י וועלכע זענען געקומען מכל פינות ומחנות מיטצוהאלטן די דריי געהויבענע און הייליגע טעג בצל הקודש.


בליל הושענא רבא האט זיך אראפגעלאזט רעגענס און לכבוד דעם האט דער רבי שליט"א געפראוועט די סעודה לכבוד הלילה אין א פריערדיגע שעה ווי געווענליך פריוואט בביתו נאוה קודש און גלייך נאך קריאת משנה תורה האט דער רבי שליט"א געפראוועט ברוב עם דעם סדר עריכת השולחן מיט די זמירות און ניגוני התעוררות ודביקות, די רבי האט משמיע געווען דברי מוסר והתחזקות מעניני דיומא, און דערנאך האט מען אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים קרוב צו צוויי שעה.


פון איין זייט האט מען דאס יאר מער מיטגעלעבט ווי אין די פריערדיגע יארן, אז ביי די תפלות בלילה ובימים האט מען זיך געשטעלט גענוג באצייטנס צו קענען אנהייבן און ענדיגן תפלת שמנה עשרה בעוד מועד פאר חצות היום והלילה, אבער ווען עס איז געקומען צום ענדיגן די הקפות זענען די צייטן געווען כמעט למעלה מן הזמן, ווען די הקפות פון ליל שמחת תורה האט מען פארענדיגט אומגעפער א פערטל שעה פאר'ן זמן עלות השחר.


עס איז דערביי געווען א מחזה הוד מיטצוהאלטן ווי הונדערטער אידן וואס האבן אויסגעווארט מיט די סעודה אויף ביז נאך די הקפות, האבן זיך געיוגט מיט א שטארקן געיעג צו קענען אנקומען אהיים, אדער צום זאל פון "כינור דוד" וואו הונדערטער אורחים האבן געגעסן די סעודה צוזאמען ברוב עם הדרת מלך, צו קענען אריינכאפן די סעודה נאך לפני שיעלה עמוד השחר.


דאס זעלבע איז געווען ביום שמחת תורה, ווען די הקפות מיט די דברות קודש האבן זיך פארצויגן ביז נאנט צו פיר-און-א-האלב שעה, און די הקפות זענען פארענדיגט געווארן שוין 6:15 נאכמיטאג, צוליב די שפעטע שעה איז דער רבי שליט"א נישט ארויס אויף קיין הפסקה נאך די הקפות פאר קריאת התורה.


אנדערש ווי די פריערדיגע יארן, האט מען מסדר געווען, אז קריאת התורה און מוסף פון רבי'ן שליט"א זאל קענען זיין אין ביהמ"ד הגדול זעלבסט, וואס איז טאקע מיטגעהאלטן געווארן דורך טויזנטער אידן. כנהוג האט דער רבי שליט"א עולה געווען צו חמישי, און נאכ'ן ליינען די פרשה נאכאמאל, האט דער רבי שליט"א עולה געווען צו "חתן תורה" ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז אליינס געווען דער בעל קורא מיט גרויס התרגשות. דערנאך ביי חתן בראשית, האט מען אויסגעשפרייט א טלית העכער די בימה, און עס איז געווען מערקווערדיג מיטצוהאלטן ווי אידן האבן אויסגעשפרייט טליתים אויפ'ן גאנצן שטח ביז ארויף די פארענטשעס קעגן איבער די בימה, והי' המשכן אחד מיט די בימה אזוי מיטצוהאלטן דאס ליינען צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א.


שפעטער ביי מוסף האט מען זיך משמח געווען מיטן בעל תפלה קבוע הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו. גלייך דערויף האט מען געדאווענט תפלת המנחה, וואס מ'האט געענדיגט א קארגע פערטל שעה פאר'ן זמן רבינו תם. כדי צו פארגרינגערן פאר'ן ציבור, האבן די חשוב'ע עסקנים צוגעשטעלט פאר'ן ציבור צו קענען קידוש מאכן און זיך צו וואשן צו די סעודה אויף לחם משנה פון "מצות" אזוי צו קענען אנהייבן די סעודה נאך בעוד מועד פאר'ן זמן רבינו תם, און דערנאך ממשיך צו זיין די סעודה אינדערהיים אדער אין זאל פון כינור דוד.


ביי די דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען שמיני עצרת נאכמיטאג, ביים געזעגענען פון די סוכה נאך מנחה האט די רבי ארומגערעט זכרונות פון די דברות קודש וואס די פעטער די סאטמארער רבי זי"ע האט אמאל משמיע געווען אום הושענא רבא, ווען דער רבי זי"ע האט נאכ'ן זאגן א משל, אויסגעשריגן מנהמת לבו "הייליגער באשעפער, אנטפלעק זיך צו אונז". דערביי האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט מיט אן אויסטערלישן התרגשות, און לענגערע מינוטן האט דער רבי שליט"א נישט געקענט ממשיך זיין מיט די דברות קודש פון גרויס רגש ובכי, דערמאנענדיג זכרונות פון די בכיות עצומות וואס האט זיך דאן געהערט איבער'ן גאנצן ביהמ"ד "אנטפלעק זיך צו אונז".


שפעטער האט דער רבי שליט"א אנגעהאלטן דעם מנהג אבותיו הק' צו ווארפן עפל, און דער רבי שליט"א האט דערנאך אריינגעטאנצט אין ביהמ"ד, אנגעכאפט על כתפיו פון אחיו כ"ק הגה"צ אבדק"ק סאטמאר—15'טע עוו. שליט"א און הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א.


במשך דעם יום טוב האט מען געהאט די זכי' צו הערן די ווארעמע תפלות פון רבי'ן שליט"א, ביים יורד זיין לפני התיבה צו די באשטימטע תפלות, שחרית הלל און הושענות הושענא רבא, און שחרית הלל און תפילת גשם שמיני עצרת, א חידוש איז געווען דאס יאר אום יום שמחת תורה, ווען דער רבי שליט"א האט שלא כהרגלו יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל, און אנגעהויבן אויסצולאזן פון אינמיטן די קאפיטלעך, וואס האט אריינגעבלאזן אינעם ציבור א פרישער חיות ביים זאגן דעם לעצטן הלל פון די פארלאפענער ניין טעג מיט אזא געוואלדיגן חיות און התרוממות הנפש.


ביים טיש נעילת החג האט די רבי עטליכע מאל משמיע געווען דברות קודש און בתוך הדברים ארומגערעט איבער דעם שווערן מצב אין ארה"ק, וואו די שרעקליכע גזירה פון "גיוס בני ישיבות" איז ליידער אין פולן קראפט, און אידן אין ארץ ישראל זענען אין א גרויסע סכנה.


דערביי האט דער רבי שליט"א מודיע געווען פאר'ן ציבור, איבער דעם עצרת רבתי וואס איז פאררופן אויף די קומענדיגע טעג, ואין כוחינו אלא בפה, האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט דעם חיוב וואס עס ליגט אויף יעדן איינעם, זיך משתתף צו זיין ביים מעמד, ארויסצוברענגען דעם וויי-געשריי און מחאה עצומה קעגן די רשעות'דיגע גזירות פונעם מלכות המנות אין ארה"ק. גלייך נאך די דברות קודש האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א געזאנג אויף "עצו עצה ותופר" און עס איז געווארן דער געשפרעך ביים ציבור איבער די עצרת.


שפעטער איז הרה"ג רבי הערשל קאהן שליט"א מכובד געווארן פארצוזינגען די הייליגע ניגונים פון הרה"ק בעל קדושת לוי זי"ע לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן צומארגנס, פרייטאג כ"ה תשרי. נאך תפלת מעריב, ביים מעמד באגלייטן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת הקודש, און ארומגערעט אז מוצאי שמחת תורה איז דער זמן גרמא צוזאמצונעמען די אלע קבלות טובות וואס מ'האט זיך מקבל געווען במשך די ימי חודש תשרי, און אויספירן די אלע קבלות טובות סיי בעניני לימוד התורה, יעדער איינער לפום דרגא דילי', און סיי בעניני תפלה ושמירת התורה והמצוות, און דאס זעלבע די נשים צדקניות זיך צו פירן מיט צניעות און ערליכקייט.


דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכת הקודש פאר'ן גאנצן ציבור, ובפרט פאר תושבי ארה"ק ניצול צו ווערן פון די גזירה, און אז יעדער זאל קענען זיצן און לערנען אומגעשטערט. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבים מיט גרויס שמחה, אפגעבנדיג שבח והודי' להשי"ת אויף דעם געהויבענעם יו"ט צו וואס מ'האט ווייטער זוכה געווען בצל הקודש, מיט א הייסע תפלה אז עוד רבות בשנים זאל מען זוכה זיין להסתופף בצל הקודש מתוך בריית גופא ונהורא מעליא.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page