top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שוידערליכע וואנדאליזם אויפן בית עלמין העתיק אין שטאט וויזניצא אין אוקריינע מקום מנוחתם פון צדיקי בית וויזניץ

  • sfbechatzros
  • 23 באוק׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

שאק און שוידער האט באנומען וויזניצער חסידים פון איבעראל, ביים ערהאלטן די ידיעה איבערם שרעקליכן חילול הקודש, ווען נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט האבן א באנדע ערלים, נידריגע עלעמענטן זיך איינגעבראכן אינעם בית העלמין העתיק אין שטאט וויזניצא אוקריינא, מקום מנוחתם פון אדמור"י בית וויזניץ, הרה"ק בעל צמח צדיק ובנו ממלא מקומו הרה"ק בעל אמרי ברוך זי"ע, און האבן וואנדלזירט דעם בית החיים מיט א שוידערליכע בזיון.


די עלעמענטן האבן אויפגעבראכן דעם גדר פונעם בית החיים, און מיט זייער רשעות האבן זיי צובראכן און געשעדיגט א צאל מצבות, אנמאכענדיג גרויסע שאדנ'ס.


די שרעקליכע אינצידענט האט פאסירט א קארגע טאג נאכן הילולא קדישא פון הרה"ק הצמח צדיק מויזניץ זי"ע, וואס איז אויסגעפאלן כ"ט תשרי, ווען מערער גרופעס וויזניצער חסידים זענען געקומען צו פארן אויפן יארצייט לפקוד על ציונו הקדוש.


מעט מן האור האט זיך אבער ארויסגעוויזן א געוואלדיגע השגחה פרטית, אז זיי האבן בס"ד נישט באוויזן צו שעדיגן דעם אוהל הקדוש, אזוי אויך דער דערנעבענדיגע בנין הכנסת אורחים, וואס איז געבליבן גענצליך אומבארירט.


היינט דארנערשטאג אינדערפרי ווען די אויפזער'ס פונעם בית החיים, און די וועד הכנסת אורחים זענען אנגעקומען צום בית עלמין, זענען זיי שאקירט געווארן זעהנדיג אזא שוידערליכע חילול הקודש, און זיי האבן תיכף אלאמירט די פאליציי, וועלכע האט אנגעהויבן מיט א רייע אויספארשונגען צו דערגיין די שפירן פון די פארברעכער'ס.


הרב ר' משה הערש שטערן, יו"ר הכנסת אורחים אין שטאט וויזניץ האט פארשפראכן, "אז צו פארשוועכטן א בית החיים איז א דבר חמור מאד, און מען גייט דאס בעז"ה נישט פארשווייגן, מען וועט טוהן אלע מיטלען וואס איז נאר מעגליך אז אזא פאסירונג זאל זיך נישט איבער'חזר'ן אינעם צוקנופט, כדי אפצוהיטן אויף כבוד הנפטרים, און אויף די כבוד פון די הייליגע צדיקים אשר מקום מנוחתם אין דעם הייליגן בית החיים".


אזוי אויך האט ער פארשפראכן, אז אין די קומענדיגע טעג וועט מען בעז"ה זיך אריינלייגן אין די איבערבוי צו פאררעכטן אלע שאדנ'ס, ובפרט מיטן איבערבויען דעם גדר הבית עלמין, און ער האפט אז די פאליציי וועלן קענען דערגיין די שפירן פון די עלמענטן, און זיי שטעלן צו לעגאלע פראצעדורן. בכלליות פרובירט מען יעצט צו שטעלן מער וואך אויף די אידישע בתי חיים אין אייראפע אז אזעלכע אינצידענטן זאל זיך מער נישט איבערשפילן.


ree
ree
ree

תגובות


bottom of page