זעלטענע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" אין לאס אנדזשעלעס
- sfbechatzros
- 23 באוק׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

יהדות לאס אנדזשעלעס לעבט מיט געהויבענע טעג בצלם פון די גדולי ישראל שליט"א וואס זענען געקומען צו פארן פון ארה"ק און פון אמעריקא, מיטן ציל אויפצוטרייבן פאנטאסטישע נדבות לטובת דער 'קרן עולם התורה',וואס דינט אלס דער רוקן ביין פון די עולם התורה בארה"ק אין שאטן פון דעם ביטערן גזירת הגיוס.
אין דעם יעצטיגן 'מסע חיזוק' האבן זיך אנגעשלאסן בראש וראשון מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון רבי ירוחם אלשין ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואוד, הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר, הגאון רבי יעקב הלל ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, און הגאון ר' חיים פרץ ברמן מראשי ישיבת פונוביז.
דעם דינסטאג איז די משלחת כבוד פון די גדולי ישראל שליט"א אנגעקומען קיין לאס אנדזשעלעס, ווי די גדולי ישראל האבן דורכאויס די טאג אויפגעטראטן מיט דרשות און שיעורים בהיכלי הישיבות והכוללים.
אין די נאכמיטאג שטונדן איז פארגעקומען א באנקעט אין שטוב פון הנגיד ר' יצחק אונגאר הי"ו, ווי עס האבן זיך באטייליגט צענדליגע נגידים און נדיבי לב, אין שפיץ פון די גדולי ראשי הישיבות. ביים מעמד זענען געהערט געווארן דברי חיזוק פון די גדולי ישראל, און די ציבור נדיבים האבן זיך אנגערופן מיט גאר ווארימע שטיצע לטובת די קרן.
ביינאכט איז פארגעקומען א גרויסארטיגע 'מעמד קבלת פנים' אין די 'סעווען' סטעדיום אין שטאט, מיט די באטייליגונג פון טויזנטער תושבי העיר, כולם נקבצו ובאו, אידן פון אלע שעכטן און קרייזן זענען ארויסגעקומען אין די מאסן אפצוגעבן דעם ריכטיגן יקרא דאורייתא פאר די משלחת כבוד.
אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזען די גדולי ראשי הישיבות, משתתפי הנסיעה וועלכע האבן אויפגעטראטן מיט ווארימע דיבורים און אנגעווארעמט דעם ציבור, זיך אנצורופן מיט גרעסערע סכומים לטובת קרן עולם התורה.
דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען די דברי אלקים חיים פונעם רבן של ישראל הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, ווי דער ראש ישיבה האט אראפגעלייגט דעם ביטערליכן מצב פון די ישיבות און כוללים וואס קוקן שטארק ארויס אויף די שטיצע פון יעדן יחיד.
מיטן דרשת נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק אין מאנסי, ווי דער ראש ישיבה האט קלאר ארויסגעברעגנט די מטרת האסיפה און זיך געבעטן בקול בוכים פון די ארזי הלבנון אדירי התורה אז ווען זיי קערן זיך אים למעון קדשם זאלן זיי נישט פארגעסן פונעם יהדות הגולה וואס דארפן גרויסע ישועות בכללות ובפרטות.
דורכאויס די גאנצע מעמד, האבן זיך שווערע טויזענטע אידן אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים לטובת די קרן, און דערמיט אפראטעווען דעם עולם התורה בארה"ק פון צוזאמבראך היה לא תהיה.






























תגובות