חסידי באבוב-45 פייערן ערשטן הכנסת ספר תורה אין נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד הגדול והחדש פון די קהילה
- sfbechatzros
- 25 באוק׳
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שב"ק פ' נח • ג' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש
פארלאפענעם דאנערשטאג אסרו חג סוכות איז פארגעקומען אין שטאט בארא פארק א געהויבענעם חגיגת הכנסת ספר תורה, ווען עס איז ברוב פאר והדר אריינגעגעבן דער ערשטער נייע ספר תורה צום ביהמ''ד הגדול והחדש דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק, וועלכע מען האט באנייעט לכבוד די היי יעריגע ירח האיתנים.
די ספר תורה איז אריינגעגעבן געווארן בנדבת לבו הטוב פון הרה''ג ר' אשר זעליג גאלדמאן שליט"א מפארי חסידי באבוב 45, דער מעמד סיום כתיבת האותיות איז פארגעקומען נאכמיטאג אין שטוב פונעם נדבן אויף די 50'סטע גאס, וואו כ''ק אדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים, און געוואונטשן ברכות לרוב פארן סופר, דער נדבן ובני משפחתו.
דערנאך האט די רבי שליט''א ארויסגעפירט דעם ספר תורה לרחובה של עיר, ווען הונדערטער חסידים און בחורי חמד האבן באגלייט דעם ספר תורה בשירה וזמרה, ומלכם בראשם דער רבי שליט"א וועלכע איז נאכגעגאנגען די תהלוכה בשמחת התורה.
אנקומענדיג צום ביהמ''ד הגדול, וואס איז געווען אויסגעשטעלט אויפן זעלבן אויסשטעל ווי בשעת די הקפות שמחת תורה, האט די רבי אריינגעפירט די ספר תורה אין ביהמ"ד, און אפגעראכטן די ריקודין קדישין מיטן ספר תורה, ווי די גאנצע ציבור האט זיך געהויבן לכבוד התורה מיט גרויס דערהויבנקייט, באזונדער איז די רבי ארויס אין א פרייליכע ריקוד מיטן חשובן נדבן ובני משפחתו.
צום שלוס האט די רבי פארגעזאגט לדוד מזמור, און די מנגנים האבן געזונגען ובנחה יאמר כמנהג באבוב. צום שלוס האט די רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע, מיט דברי תורה ודרוש, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו פארן נדבן ולכל הקהל הקודש.


























תגובות