top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • sfbechatzros
  • לפני 4 ימים
  • זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילד קרעדיט: JDN


האדמו"ר מסקאליע ביים אונטערזינגען די 'ריבניצער תנועה' וואס איז מסוגל זיך ארויסצוזען פון טראפיק, אויפן וועג אהיים פונעם עצרת מחאה אדירה אין מאנהעטן דעם זונטאג.


ובהם נהגה: האדמו"ר מבעלזא ווערט געזעהן אין די פריוואטער סוכה בביתו נאווה קודש זייענדיג עוסק בלימוד התורה.

ree

דער זעלטענער אחדות'דיגער צוזאמארבעט ביים עצרת מחאה אדירה אין מאנהעטן פון די עסקנים פון ק"ק סאטמאר, אין שפיץ פון העסקן הנמרץ ר' יואל לאנדא הי"ו (קהילת סאטמאר מהר"א) און העסקן הנמרץ ר' אייזיק דאסקאל הי"ו (קהילת סאטמאר מהרי"י).

ree

הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע פארכאפט אין טרעפיק צוליב די פראטעסטן דורך די בני תורה קרייזן קעגן גיוס בני הישיבות, זייענדיג אונטערוועגנס צום טורמע נומער 10 וואו דער ראש הישיבה האט אויפגעטרעטן ביים עצרת מחאה דורך ישיבת עטרת שלמה נאכן אררעסט פון איינע פון די תלמידי הישיבה.


היסטארישע אויפדעקונג: פריש אנטדעקטע ווידיאו פון הרה"ק המפורסם רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע בנאות דשא אין שטעטל דאוואס שווייץ, ערשיינט לכבוד די געלט קאמפיין לטובת די נייע מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אינעם קור ארט אין דאבוס.


הגאון רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע געזעגענט זיך פון ידידו ורעו מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א איידערן זיך ארויסלאזן אויף די נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס לטובת דער קרן עולם התורה.


זה אלי ואנוהו: דער פראטפולע און אייגנארטיגע סוכה בבית הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו אין וויליאמסבורג נאכגעמאכט דעם נייעם ביהמ"ד אור החיים ריבניץ וואס איז געבויעט געווארן דורכן נדיב ר' יואל.


האדמו"ר מפשעווארסק ביים דערלאנגען כוס של ברכה פאר נכדו היניק, זוהן פון בנו הרב משה יצחק לייזער שליט"א פון בארא פארק.

ree

האדמו"ר מוויזניץ אין א ריקוד מיט אן איר אייניקל בליעה"ר לרגל זיין חאלאקע דעם יום טוב סוכות.

ree

שיין בילד פון האדמו"ר מסלונים אהיימגייענדיג נאך תפילת שחרית איינע פון די ימי המועד, באגלייט מיט בנו חביבו הרב מרדכי ברזובסקי.

ree

הגה"צ רבי חיים צבי טייטבלוים אבד"ק סיגוט בן האדמו"ר מסאטמאר בים אריינקוקן מיט בנו הילד אינעם גראמען צעטיל ביים אויסרופן דודו האדמו"ר מסאטמאר צום מצוה טאנץ די וואך, זייענדיג א פעטער ביי די שמחה.

ree

הרב יונתן בורנשטיין מנכ"ל איחוד מוסדות גור איז מנחם אבל ביי הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל ד'אמעריקע וחבר נשיאות איחוד מוסדות גור העולמי.

ree

דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער ביים אויפרופן האדמו"ר מתולדות יהודה צו מצווה טאנץ ביי א חתונה פון א תלמיד די וואך.


הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו מגדולי התומכים בחצר הקודש סאטמאר ביים וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר האדמו"ר מסאטמאר ביים חתונה הגדולה נעכטן אין וויליאמסבורג.

ree

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א ריקוד של שמחה ביי די חתונה די וואך בבית הנגיד ר' דוד מאשינסקי פון לעקוואד מגדולי תומכי מוסדות צאנז קלויזענבורג.


האדמו"ר מלעלוב אין א ליבליכע שמועס מיט אן אייניקל נאכן דאווענען איינע פון די ימי המועד.

ree

האדמו"ר ממונקאטש באזוכט אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אליש ענגלענדער הי"ו בעת דעם רבינס קורצן באזוך די וואך אין לאנדאן.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה באזוכט אין שטוב פון מקורבו הרב שמואל צבי הורוויץ בן האדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא אין ירושלים.

ree

הרה"צ ר' לוי יצחק האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן אויף א נסיעה צו קברי אבות אין אייראפע לכבוד די הילולא קדישא פונעם הייליגן צמח צדיק מוויזניץ, אינאיינעם מיט די עסקנים פון חבורת הגן הנאה וואס זענען עוסק צו פאראייביגן די היסטאריע פון אדמור"י בית וויזניץ.

ree

הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד באזוכט ביי הגאון רבי עזריאל אויערבאך מנהיג רוחני פון די ליטווישע בני תורה קרייזן, זיך דורכצורעדן בעניני השעה.

ree

הבהרה וגילוי דעת פון המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירטה שליט"א איבער אן ארטיקל מיט זיינס א שמועס אין א געוויסע מאגאזין שלא בידיעתו.

ree

די קינדער פונעם משפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים משמח זיין מיט פאקלען ביי איינע פון די שמחות בית השואבה בצילו פונעם משפיע דעם חול המועד סוכות.

ree

לכבוד יום טוב האט האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג באנייעט א צען טויזנט דאללער'דיגע שטריימל געקויפט געווארן דורך איינע פון די נגידי החסידות.

ree

הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ אין א שמועס מיט הרה"צ רבי אברהם הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז טבריה ביים פארזאמלונג די וואך דורך אירגון "משמרת שלום".

ree

ביי די ריקודין זכר לשמחת בית השואבה דעם חול המועד סוכות בחצר הקודש קרעטשניף קרית גת.

ree

אויך דאס יאהר שמחת תורה האט זיך מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' באנוצט מיט די נאסטאלגישע ספר תורה וואס מרן שר התורה הגאון ר' חיים קנייבסקי זכר צדיק לברכה פלעגט זיך באנוצן אויף שמחת תורה. די רעדע איז פון די קלענסטע ספר תורה אויף די וועלט זייענדיג ווייניגער ווי דריי אינטשעס גרויס און איז געשריבן געווארן ספעציעל פארן שר התורה כדי אים צו פארגרינגערן אנצוהאלטן די ספר תורה דורכאויס די הקפות.

ree

בדידי הווה עובדא: אויסצוג פונעם דרשת חיזוק דורך האדמו"ר מצאנז זוועהיל אין ראם פון ארגון שיעורי תורה אין בארא פארק.


שיין בילד פון הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א ביים פארטיילן מיני מתיקה פאר די קינדערליך ביים שמחת בית השואבה.

ree

אינטערסאנטע באגעגעניש ביים פראטעסט דעם זונטאג צווישן הנגיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל און הרב יהושע הערש פריעדמאן רעדאקטאר פון "דער איד" צייטרשריפט.

ree

שיין בילד פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ובנו היניק ביים עצרת מחאה רבתי דעם זונטאג אין מאנהעטן.

ree

די שיירה פון האדמו"ר מסאטמטאר אנקומענדיג צום מקום המחאה אין אויף די צווייטער עוועניו אין מאנהעטן.


האדמו"ר מצאנז זוועהיל וואונטשט זיך מיט גיסו הגדול האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג ביי איינע פון די חול המועד טישן בביטול ובהכנעה.

ree

האדמו"ר מסאטמאר פארלאזט די אכסניא אין שטוב הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו במקום הנופש אין די גלילות פון קרית יואל אויפן וועג צום מאסן דעמאנסטראציע אין מאנהעטן דעם זונטאג.


האדמו"ר מסערט וויזניץ אין א ריקוד מיט די ילדי החסידות ביים מעמד הקפות שניות מוצאי יום טוב שמחת תורה.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג איז פוקד דעם פרישן קבר פון אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל אויפן הר הזיתים בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין ירושלים.

ree

ר' יוחי פליישמאן פון YF פראדאקשענס ביים טעסטן דער טשערי פיקער וואס האט געדינט אלס בימת הכבוד פאר די רעדנערס ביים עצרת מחאה אדירה אין מאנהעטן די וואך.


הרב חנוך זייברט הי"ו מעיאר פון שטאט בני ברק געזעגענט זיך פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א איידער זיין נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס לטובת דער קרן עולם התורה.

ree

געהויבענע מעמד שמחת בית השואבה בחצר הקודש ניקלשבורג ליל אושפיזא דיוסף דעם רבינ'ס אושפיזין.


הרה"ח ר' מאיר דים הי"ו מחשובי חסידי ברסלב אין אנטווערפען ביים פארזינגען דעם ברסלובער אשת חיל ביים חול המועד טיש בחצר הקודש פשעווארסק אין טאג פון די הילולא פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע.

ree

הרב מאיר אבוחצירא זוהן פון האדמו"ר רבי יקותיאל אבוחצירא שליט"א באזוכט ביי גאב"ד מאקאווא אין ירושלים די וואך.

ree

האדמו"ר מפיטסבורג מערקט "קרישקעס" אונטער א מחיצה ביי א שמחה בחצה"ק טאלנא אין ירושלים וואו דער רבי האט אויסגעווארט ארויפצוגיין אויפן בימת הכבוד ביז דער זיידע האדמו"ר מטאלנא האט פארענדיגט זיין דרשה.

ree

די מלכות'דיגע לאגא פארענפענטליכט שטייענדיג קארגע וואכן איידער די ביקור הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר אין עיה"ק ירושלים.

ree

צווישן די משתתפים ביים וועכענטליכן ענגלישע שיעור דורכן פוסק הדור הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות מערקט "קרישקעס" דער נגיד ושוע הרב בנציון פרישוואסער הי"ו פון לאנדאן.

ree

צענדליגער טעפ ירושלימער קוגלען גרייט צו ווערן אפגעליפערט צו די שבת בראשית קדישים אין די בתי מדרשים אין בני ברק.

ree

כרעה עדרו: האדמו"ר מטאהש ביים אנפירן די פרייליכע ריקודין ביים שמחת בית השואבה אין ביהמ"ד הגדול ד'קרית טאהש.


דער מעיאר פון שטאט אשדוד יחיאל לאסרי באזוכט ביי האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא אינאיינעם מיטן חרדישע עסקן ר' מנחם גשייד הי"ו.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא ביים איבערגעבן א שיעור אין חסידות פאר בחורים מבקשי ה' אין מעלה עמוס, וואו דער רבי איז געווען צוגאסט אויף שבת.

ree

שיין בילד פון האד' מבאבוב ביים לאזן א טרער בעת די ניגוני התעוררות ביים הושענא רבא טיש.

ree

הבה"ח משה טייטלבוים ני"ו זוהן פון הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א ביים שטעלן א קוגל ביים שולחן הטהור ליל אושפיזא דמשה בצל הקודש פונעם זיידן האדמו"ר מסאטמאר.

ree

די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע ביים אויפשטעלן די גרויסארטיגע סוכה בחצר הקודש באבוב-45, אויפן שטח וואס איז צוגעשטעלט געווארן בטוב עין דורך קהל צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק.

ree

האדמו"ר מנדבורנה איז מנחם אבל ביים משב"ק ר' אלימלך גוטפרייד הי"ו נאך די פטירה פון זיין מוטער ע"ה, וואס איז געווען א מומע פארן רבי'ן - א שוועסטער פון אמו הרבנית הישישה מנדבורנה תליט"א.

ree

המשפיע הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל "דרך אמונה" איז זיך משתתף ביים שמחת בית השואבה פאר הונדערטער יתומים חסידי גור וועלכע זענען אנגעשלאסן אין ארגון "הבן יקיר" בראשות הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר בן האדמו"ר מגור שליט"א.

ree

האחים האדמור"ים מקאסוב וויזניץ און שידלובצא פארברענגען אינאיינעם ביי א משפחה שמחה די וואך.

ree

די ראשי העסקנים הרב אייזיק דאסקאל און הרב יואלי פעדער ביי לעצטע הכנות צום מאסן דעמאנסטראציע דעם זונטאג.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא באזוכט אין די סוכה פון הגה"צ ראש ישיבת שומרי אמונים דעם חול המועד סוכות.

ree

בשכם אחד: די צוויי עסקנים נמרצים הרב מאיר יעקב אינדיג און הרב יצחק ברוך שפיטצער מערקט "קרישקעס" ביים גרויסן פראטעסט דעם זונטאג.

ree

שיין בילד פון האדמו"ר מסקולען ביי איינע פון די חול המועד טישן אונטערן שלאקס רעגן.

ree

האדמו"ר מקאסוב אין א ריקוד נלהב ביים שמחת בית השואבה דעם חול המועד סוכות בבית מדרשו.

ree

ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ביים אראפשטייגן דעם פריוואטן ערפלאן אין קליוולאנד אנקומענדיג אויף א קורצע באזוך לטובת דער קרן עולם התורה.


המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב טאנצט מיט פאקלען ביי איינע פון די שמחות בית השואבה בבית מדרשו פונעם ברודער הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב דעם חול המועד סוכות.

ree

הארציגע בריוו פונעם ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר צו די אנגרסט פאמיליע נאך די באפרייאונג פון זייערס א קינד פון געפענגעניש אין עזה.

ree

האדמו"ר מוויזניץ ביים דורכגיין די סעקיוריטי אינעם לוד לופטפעלד איידערן אפרייזן קיין שווייץ אויף אפרוה.

ree

געניאלע "שידוכים ליסטע" ארויסגעשטעלט אין ק"ק קראלי צו קענען אנטראגן און אויספירן שידוכים אין די קהילה.

ree

הגאון רבי בערל לאזאר די הויפט רב פון רוסלאנד איז מנחם אבל ביי הגה"צ רבי יצחק דוד גראסמאן רב פון מגדל העמק על פטירת אחיו הגאון ר' בנציון גראסמאן זצ"ל.

ree

די צוויי ברודער דינאמישע עסקנים לטובת הכלל ר' אברהם יעקב ואחיו ר' יואל פריעדמאן שיחיו ווערן באמערקט זיך אפגעבן מיט די לעצטע לאגיסטישע פלאנירונגען איידער דער ציבור האלפים האט אנגעהויבן פארפלייצן די מאנהעטענער גאסן ביים עצרת מחאה די וואך.

ree

בחורי סאטמאר האלטן מיט די דברות קודש ביים נעילת החג וואו האדמו"ר מסאטמאר האט פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים וענינים משולב בסיפורי צדיקים.

ree

די הערליך באצירטע אכסניא פון הרב דוד רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא אין לאנדאן, זייענדיג צוגאסט בקרב חסידי בעלזא אין שטאט.

ree

פראקטישע עצה וויאזוי צו האלטן די הושענות בשעת'ן דאווענען, מערקט "קרישקעס" ביום הושענא רבא בצל האדמו"ר מסאטמאר אין וויליאמסבורג.

ree

באבוקות של אור בידיהם: נאך פונעם שמחת בית השואבה אין ניקלשבורגער הויף.

ree

א ברכת מזל טוב פאר הרה''ח ר' אלימלך ווייס משב''ק ויד ימינו פון האדמו"ר מקרעטשניף י-ם 'א לרגל די שמחת הבר מצוה פון בנו.

ree

bottom of page