top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישן 'כינוס כללי' נעמט צוזאם הונדערטער חסידי וידידי תולדות אברהם יצחק למען הקמת 'בית מדרשו של רבי'

דאנערשטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

היסטארישע מאמענטן איז אריבער נעכטן אויפדערנאכט אויף הונדערטער תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק בארצות הברית ביים גרויסארטיגן און היסטארישן כינוס כללי, מתחיל צו זיין דער מאסיוון אונטערנעמונג פון חסידי וידידי 'תולדות אברהם יצחק', זיך אנשליסן אינעם מגבית ׳באהבה וברצון׳ אויפצוטרייבן בס"ד די סכומים וואס פעלן נאך אויס, להשלמת "בית מדרשו של רבי".


די היסטארישע מעמד איז פארגעקומען אין די זאל פון ישיבה ספרינג וואלי אין מאנסי, וואס איז געווען הערליך צוגערישט, פילע טישן אויסגעשורה'ט פאר די הונדערטער חסידים, צו קענען מיטהאלטן די געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש וחדוה דקדושה, כשהמלך במסיבו.


דער מעמד איז געעפענט געווארן מיט פאסיגע דברי פתיחה דורך הרה"ח רבי אהרן דיאמאנט שליט"א, לאנגיאריגער מנהל מוסדות "מוסדות תולדות אברהם יצחק" בארה"ק, וועלכער האט מיט זיין אייגענארטיגן שפראך, באאיינפלוסט די אלע משתתפים, איבער דעם גודל השעה, וואס מיר האבען דא דעם רבי'ן שליט"א צווישן אונז, און מען האט די געלעגנהייט, עטוואס צוריק צו צאלען פאר'ן רבי'ן שליט"א, אפס קצהו פון וואס מען געניסט די אלע יארען פון דער מקור חיים, בגשמיות ורוחניות, דורך מאכען דאסמאל אויסער געווענליכע אנשטרענגונגען ממלא צו זיין רצונו, און אים העלפן ענדיגן בויען את משכנו הגדול, אינעם פלטרין של מלך.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בארימטער רעדנער הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש, מיט בליציגע געדאנקען ארום די קריטישע מאסיווע אונטערנעמונג אין וואס יעדער תולדות אברהם יצחק'ער חסיד שפירט א זכי' צו זיין טייל דערפון.


דאן האט גענימען דאס ווארט דעם רבינס בן זקונים ויד ימינו הרה"צ רבי בעריש קאהן שליט"א רב דחסידי תולדות אברהם יצחק אין הר יונה וואס האט ארויסגעברענגט דער פאקט אז דער רבי שליט״א האט באשלאסן זעלבסט צו קומען צו פארען, טראץ די שוועריגקייטן און מוטשעניש וואס זענען פארבינדן מיט אזא נסיעה גדולה, וואס שטרייכט אונטער ווי ווייט עס איז נוגע ללבו הטהור דאס ענדיגן דעם בית המדרש, נאכדעם וואס אין די לעצטע 27.5 יאר האט עדה הקדושה זיך געמוטשעט מיט א שטארקען ענגשאפט אינעם יעצטיגן בית המדרש, וואס האט כסדר געדארפט פראוועזאריש אויסגעברייטערט ווערן, צו אקאמאדירן דעם שטענדיג וואקסענדן ציבור בלעה"ר, און עס איז שוין געקומען צו א מצב וואס מען האט אויף קיין שום אופן מער נישט געקענט אהער שטעלן די ספסלי און כותלי ביהמ"ד אז זיי זאלען קענען ענטהאלטן דעם ריבוי עם, בליעה"ר.


דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דעם משא המעמד, ארומרעדנדיג איבער די נויט צו ענדיגן בויען דעם בנין באטאנענדיג די מצב פון די לעצטע יאהר צייט ווען מען וואנדערט פון איין פלאץ צום צווייטן, דער רבי האט קלאר אויסגעדרוקט אז ער וויל נישט מחייב זיין דעם עולם מיט סכומים אבער דאך אפעלירט מיט הארציגע דיבורים צו עדת צאן מרעיתו ארויסצוהעלפן צו קענען זעהן דעם ביהמ"ד בנוי על תילה.


צום שלוס פונעם מעמד איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי די הונדערטער חסידים שלענגלען זיך פאר לענגערע שעות איבערצוגעבן די שטרי קבלה לידיו הקדושות פונעם רבי'ן, וועלכער האט יעדן ווארעם געוואונטשן במאור פנים. אין דעם איין נאכט איז אויפגעטריבן געווארן די פאנטאסטישע סומע פון 2.5 מיליאן דאלער וואס די חסידים האבן זיך אונטערגענימען אריינצוברענגען ביז דעם קומענדיגן ח"י אב הבעל"ט.

























Comments


bottom of page