top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ רעכט אפ באזוך ביים ראש הישיבה הגאון רבי דב לאנדא שליט"א איידער ארויספאר קיין לאס אנדזשעלעס

  • Bechatzros admin
  • 20 בפבר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 21 בפבר׳

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

היינט אויפדערנאכט האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אפגעשאט א ביקור נימוסין ביים ראש הישיבה מרן הגאון רבי דב לאנדא שליט"א במעונו אין בני ברק מקבל צו זיין מברכת התורה איידערן ארויספארן קיין לאס אנדזשעלעס די קומענדיגע וואך, וואו דער רבי וועט פארוויילן אין לויף פון די עטליכע וואכן לצרכי רפואה.


דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס חביבות, און עס האט זיך דערביי אנטוויקלט א שיינער שמועס איבער די אפשטאם פונעם ראש הישיבה מגזע בית סטריקוב ולמעלה בקודש, און זיין הערליכן רבני'שן יחוס פון דורי דורות צדיקים ורבנים מפורסמים.


ווי אויך האט דער ראש הישיבה דערציילט פון זיינע זכרונות בצלו פון הרה"ק בעל דמשק אליעזר מוויזניץ זי"ע וועם ער האט נאך זוכה געוועהן צו זעהן אין זיין יוגנט, און איבער דעם באזוך פון האחים הקדושים דער אמרי חיים מוויזניץ און דער מקור ברוך מסערט וויזניץ אין די פאנאוויזשער ישיבה, וואו דער ראש הישיבה האט דאן געלערנט אלס בחור.


דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט א ווארעמע ברכה פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וועלכער האט לעומתו צוריק געוואונטשן דעם רבי'ן מיט ווארימע ברכות ער זאל פארן און צוריק קומען געזונטערהייט, און אים דערנאך ארויסבאגלייט מיט גרויס כבוד.


ree
ree

תגובות


bottom of page