דינסטאג לך לך • ד' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_9fd375c76fa040548f4eb5e15cf2e40a~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_9fd375c76fa040548f4eb5e15cf2e40a~mv2.jpg)
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
די שטאט וויזניצא אין אוקראיינע האט דעם פארלאפענעם שבת צוריק באקומען דעם ארגינעלן פארצייטישן חן, פון די הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זוכה געווען לעשות את השבת בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס האט געוויילט אין וויזניצא אין ראם פון די מסע הקודש 'אכסוף' מיט די נדיבי ותומכי המוסדות, אין די טעג ארום די הילולא קדישא פונעם הייליגן 'צמח צדיק' זי"ע.
במשך דעם גאנצן שבת האט זיך געשפירט דער געוואלדיגער התרגשות ביים ציבור, שפירנדיג אז מען לעבט מיט היסטארישע טעג און הייליגע מאמענטן. מען האט זיך געשפירט ווי מען איז צוריק מיט איבער הונדערט יאהר צום פארצייטישן גלאררייכער עבר, צו וואס יעדער בענקט און לעכצט אזוי שטארק צו קענען אמאל שפירן דעם טעם העליון פון די שבתים וואס די שטאט האט יעדע וואך מיטגעלעבט בצל קדשם פון די הייליגע צדיקים מרי דאתרא קדישא הדין.
לעת כניסת השבת איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם הייליגן הויף ווי צדיקי בית וויזניץ לדורותיהם האבן אפגעראכטן די עבודת הקודש לאנגע יאהרן אנגעהויבן ביים צמח צדיק דערנאך ביים אמרי ברוך, דער אהבת ישראל, און דער דמשק אליעזר זכותם יגן עלינו, דאס האט אנגעצינדן די רגשי אש קודש ביי יונג און ביי אלט פון די משתתפי הנסיעה, וויסנדיג אז המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא.
דער רבי האט צוגעשיקט צום עמוד צו תפילת המנחה הרב לוי יצחק האגער זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכע האט פארגעדאווענט מיט א געוואלדיגן התעוררות, קבלת שבת האט געדאווענט הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, די רבי שליט"א האט פארגעזאגט מזמור לדוד בקול חוצב להבות אש, און מען האט געזינגען די יום טוב'דיגע ניגון אויף לכה דודי. תיכף נאכן דאווענען האט די רבי שליט"א אנגעהויבן שלום עליכם און מקדש געווען על היין מיט אן אש להבת שלהבת, און דערנאך געגעסן די פיש און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש.
דאן האט די גאנצע ציבור געמאכט דעם וועג צום האטעל ווי עס איז פארגעקומען די סעודת שבת קודש אויף א רייכע פארנעם, בעפאר שבת האט מען אנגעגרייט אן עירוב בהידור רב צו קענען טראגן אויפן וועג פונעם הויף צום האטעל, בשעת די טיש האט מען אבער אויסגערופן אז די ארטיגע גוישע שכנים האבן צוריסן דעם עירוב, און מען זאל אכטונג געבן נישט צו מטלטל צו זיין. צוליב דעם שווערן וועג ביז צום האטעל האט א גוי אהיימגעפירט דעם רבי'ן שליט"א צום אכסניא אויף א בענקל, און מען האט באגלייט דעם רבי'ן מיט ניגוני שבת.
נאך די סעודה וואס האט זיך פארצויגן מיט ווארימע שירות ותשבחות לכבוד השבת, איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור אינעם חצר פון האטעל וואס איז געווען צוגעגרייט אויף א הערליכע אויסשטעל מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן, ביי די דברות קודש האט די רבי שליט"א ארומגערעט איבער התקשרות לצדיקים צו זיין מקושר צו גוטע אידן, ביי די פירות טיש האט די רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון די בעלי ההילולא און ביים סוף פונעם טיש האט די רבי פארגעזינגען 'רברבין', מען האט פארענדיגט די טיש אום 1:15 מיטן ניגון 'ונשגב ה' לבדו'.
בצפרא דשבתא האט די רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו שוכן עד, און פארגעזינגען די ניגונים פון תתברך און וכולם מקבלים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך די בארימטע בעל מנגן החסיד ר' ניסן יוסט ז"ל באתרא הדין אין דעם הייליגן הויף, די רבי האט עולה געווען שישי און געמאכט א מי שברך פאר אלע נדיבי עם פאר אלע עסקני איגוד מוסדות וויזניץ, עסקני להחזיקם ולהחיותם, פאר אלע עוזרים ומסייעים און פאר אלע משתתפי השבת, די קידושא רבה און מיטאג טיש האט די רבי אפגעראכטן בבית האכסניא.
בעת רעווא דרעוין האט די רבי שליט"א מרחיב געווען בדיבורו בגודל מעלת האחדות ובגנות המחלוקת, און איבער גיין פאר אידנס וועגן, און ארויסגעברענגט לשבחם פון די אלע משתתפי הנסיעה וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן צו פויעלן ישועות ביי די הייליגע צדיקים און דערמיט העלפן די מוסדות הקדושים, די רבי שליט"א האט זיך שטארק באדאקנט פאר אלע משתתפים און מאציל געווען מברכות קדשו לרוב, בסיום דבריו האט דער רבי געבעטן מזאל מתפלל זיין לרפואתו השלימה און דערביי געזאגט אז ער לאדענט די אלע משתתפי השבת צו א סעודת הודאה נאכדעם וואס ער וועט זיך בס"ד ערהוילן.
נאך מעריב האט די רבי שליט"א מבדיל געווען על הכוס ברוב עם און מען האט באגלייט דעם רבי'ן לבית האכסניא בשירה וזמרה, ויום טוב היו עושין בצאתו בשלום מן הקודש. שפעטער אויפדערנאכט איז פארגעקומען אינעם הויף א רייכע סעודת מלווה מלכה לכל הקהל הקודש, וואו מען האט געהערט א רייכע דרשה פונעם ידען נפלא הרב לוי יצחק האגער זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכע האט געשילדערט די היסטאריע פונעם הייליגן הויף און די שטאט וויזניצא אין אלגעמיין באגלייט מיט א גאר רייכע פרעזענטאציע פון די אלטע היים, אין די זעלבע צייט האט די רבי אויפגענימען די משתתפי השבת מיט קוויטלעך אינעם קוויטל שטוב פונעם הייליגן צמח פאר איבער דריי שעה להפקד בדבר ישועה ורחמים.
דער שבת קודש איז געווען אן אומפארגעסליכער איבערלעבעניש פאר די הונדערטער חסידים וואס נעמען מיט פון דעם שבת הויפנס מיט רוחניות'דיגע השפעות וואס וועט יעדן באגלייטן אויף שטענדיג.
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_c694eb41f1734c19a6c67492d15c6b3e~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_c694eb41f1734c19a6c67492d15c6b3e~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_b0aa23edff92485a96684b314fe15c81~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_b0aa23edff92485a96684b314fe15c81~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_c675921746c0419297198a9cde66fe1d~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_c675921746c0419297198a9cde66fe1d~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_03c1af470774444ca69c15c98c473ad7~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_03c1af470774444ca69c15c98c473ad7~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_6139625b0a624302a89d74956356298f~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_6139625b0a624302a89d74956356298f~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_2cbe24d6c15641d7b564fb0229388b4b~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_2cbe24d6c15641d7b564fb0229388b4b~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_84b487f7b4224592b56e15b97822aadd~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_84b487f7b4224592b56e15b97822aadd~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_b742e06769ff4400aa20ba2cc8a3dbcd~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_b742e06769ff4400aa20ba2cc8a3dbcd~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_f04d7ab4c40b4c2aae6e7659a6841179~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_f04d7ab4c40b4c2aae6e7659a6841179~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_9fd375c76fa040548f4eb5e15cf2e40a~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_9fd375c76fa040548f4eb5e15cf2e40a~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_dfaf3204dac649778e9520fc8f2c4111~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_dfaf3204dac649778e9520fc8f2c4111~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_122c80c4bd294e7ab13e7cd024de89e9~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_122c80c4bd294e7ab13e7cd024de89e9~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_ac6c8d92f05c4d19b5595824d3e4ce5a~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_ac6c8d92f05c4d19b5595824d3e4ce5a~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_7edee20975bc40d09970f7954e4123a5~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_7edee20975bc40d09970f7954e4123a5~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_792a400ff83542dda31652ad57233c4a~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_792a400ff83542dda31652ad57233c4a~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_8d0d43eb8cac465788bf8672076e9ea5~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_8d0d43eb8cac465788bf8672076e9ea5~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_ef2c00dadaee4a45b2a26daea3e454a6~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_ef2c00dadaee4a45b2a26daea3e454a6~mv2.jpg)
Comentarios