top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תפילות ישראל עשתה רושם: האדמור"ים מגור און בעלזא אנגעהויבן קבלת קהל נאך ערנסטע דורכגאנג אין מצב בריאותם

  • sfbechatzros
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען, אז תפילות ישראל עשתה רושם, און די צוויי צדיקי דורנו, כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכע זענען די לעצטע תקופה אריבער מעדיצינישע קאמפליקאציעס, ערהוילן זיך ב"ה צוביסלעך און גייען אן ווייטער מיט די עבודת הקודש.


 כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט היינט אין אן איבערראשנדע שריט אנגעהויבן אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך, נאך א צייט אפשניט פון איבער א חודש, וואס דער רבי האט נישט אויפגענומען דעם ציבור, נאכן אומפאלן דעם פארלאפענעם שבת נחמו אין מושב אורה. אין די נאכמיטאג שעהן איז אנגעקומען די ידיעה אז ס'ווערט געגעבן די רשות כניסה לכל הקהל הקודש דורכצוגיין, מיט א דין קדימה פאר וויכטיגע הזכרות און בעלי שמחה, די שמועה האט זיך בליץ שנעל דערטראגן צווישן די חסידים און עס האט זיך ספאנטאן געשאפן א מאסן אנלויף פון הונדערטער חסידים וואס האבן זיך געשטעלט אין די רייע און כבני מרון אריבער מיט די הזכרות, להפקד בדבר ישועה ורחמים.


באזונדער איז געמאלדן געווארן די בשורה טובה אז דער רבי שליט"א וועט אריינקומען צו די סליחות ראשונות דעם מוצאי שבת אין גרויסן ביהמ"ד בתוך קהל ועדה די טויזנטער חסידים וואס וועלן קומען צו פארן פון נאנט און ווייט.


אויך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט היינט נאכט אויפגענומען דעם ציבור לקראת די הייליגע טעג, לויט די ספעציעלע סדר וואס איז איינגעשטעלט געווארן אויף די די ימי חודש אלול.


איידער די אפציעלע זמן קבלת קהל האבן באזוכט ביים רב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, גיסו הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, און הגאון הגדול רבי אהרן שיף גאב"ד אנטווערפען.


דערנאך איז דער רב שליט"א ערשינען אין גרויסן שטוב און האט אויפגענומען די באשטימטע פינף הונדערט משפחות להתברך בברכת השנים. טראץ זיינע שוואכע כוחות איז געוועהן קענטיג וואו דער רב שליט"א האט זיך איבערגעשטרענגט למעלה מכוחותיו. בין הנכנסים איז אריין הרה"צ רבי אפרים אהרן לעמבערגער שליט"א חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א מיט א קוויטל פון זיין גרויסן שווער.


 

חסידים ואנשי מעשה זענען ווייטער מתפלל למען בריאותם האיתנה פון די צוויי רועי ישראל, תתחדש כנשר נעוריך בבריות גופא ונהורא מעליא.

bottom of page