top of page
הערליכע מאורעות ביי באזוכן פון האד' מצאנז בין כותלי המוסדות אין מאנסי
דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם דינסטאג אינדערפרי, דער דריטער טאג פון דער געהויבענער נסיעה, איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט״א אנגעקומען אויף א באזוך אין היכל ישיבה קטנה שפע חיים, וואו דער רבי שליט״א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און די קינדער פון די עלטערע כיתות אין תלמוד תורה. נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין תלמוד תורה וואו דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן אלע כיתות זיך פאראינטערסירנדיג ביי די מלמדים א


ביקור המרומם פון האד' מצאנז אין שטאט לעיקוואד | חלק ב'
מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם מאנטאג ראש חודש האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א געדאוונט שחרית אין צאנזער ביהמ"ד אין לעיקוואד וואו עס האבן מיטגעדאוונט א גרויסן עולם, סיי די חסידים תושבי המקום און די חסידים וואס זענען געקומען צו פארן מחוץ לעיר מיטצוהאלטן א ראש חודש'דיגע דאווענען בצל הקודש. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל בהתעוררות רב, און ביי קריאת התורה האט מען געליינט אין די נייע ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דעם זונטאג צום ב


שישו ושמחו: חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי צאנז אין שטאט לעיקוואד באשיינט דורך מנהיג העדה האד' מצאנז
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בימ"ד דחסידי צאנז אין לעיקוואד אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין אמעריקא ווי באריכטעט. זונטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון אלמנת הרה"ח ר' משה רייך ע"ה וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לעילוי נשמתו. נאכן שרי


מעמד קבלת פנים אין עיר התורה והחסידות לעיקוואד לכבודו פון אורח הרם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם זונטאג אוונט איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד קבלת פנים רבתי לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וואס האט פריער אין טאג געלאנדעט על אדמת ניו יארק אויף א לענגערע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן בהיכל המתיבתא אהבת התורה אין לעיקוואד וואס איז געווען ארומגענומען מיט הויכע פארענטשעס אויף אלע דריי זייטן ארום דעם היכל, איבערגעפולט מיט הונדערטער אידן, עדת חסידי צאנז צוזאמען מיט פילצאליגע תו


התרגשות'דיגער ביקור נימוסין פון צאנזער רבי'ן שליט"א ביי הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין נעכטן פארמיטאג קורצליך נאך וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט געלאנדעט על אדמת ניו יארק איז דער רבי אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין אין שטוב פון הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד וואו עס האבן זיך אויך פארזאמלט די ראשי הישיבה הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א און הגאון רבי דוד שוסטל שליט"א, דער רבי שליט"א האט זיך באגריסט מיט די ראשי הישיבה וועלכע האבן שלום גענומען מיט גרויס שמחה און מען האט


ויחן את פני העיר: חסידי צאנז אין אמעריקא מקבל פנים געווען האד' מצאנז בשערי ניו יארק
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין בברכת רבא דעמי מדרבנא דאומתי בריך מתייך לשלם, האבן חסידי צאנז נעכטן מקבל פנים געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ביים אנקומען בשערי ניו יארק, צום געהויבענעם צוויי וואכנדיגע באזוך בקרב עדת חסידי צאנז תושבי אמעריקא. ווי שוין באריכטעט, איז דער צאנזער רבי שליט"א געקומען צופארן קיין ניו יארק צו מחזק זיין די קהילות הקודש און אויפבויען די בניני הקהילה והמוסדות פון חסידי צאנז אין אמעריקע. במשך די לעצטע וואכן


ווידיאו • האד' מצאנז פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית צאנז נתני' צום מסע הקודש קיין ניו יארק
מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש


הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש מיט אומבאגרעניצטע עקסטאז ציילן שוין חסידי צאנז איבער אמעריקע די שעה'ן ווען מ'וועט אט-אט זוכה זיין צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, מקבל צו זיין את פני הקודש פון מלכם ואורם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער לאזט זיך דעם קומענדיגן מוצאי שבת וארא ארויס צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, די קהלה און מוסדות צאנז ברחבי ניו יארק און ניו דזשערזי. אין די יעצטיגע טעג איז שוין באשטעטיגט געווארן די פולע פרטים פון די סדרי הימים


אסיפה נחוצה במעונו פון האד' מצאנז איבער ווייטערדיגע שריט צו באהאנדלען דעם חוק הגיוס
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: א.פ. נעכטן אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה נחוצה בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א אין קרית צאנז - נתני' אין נאכפאלג פונעם אסיפת מועצת גדולי התורה וועלכער איז זיך צוזאמגעקומען פאריגע וואך דן צו זיין איבערן ביטערן מצב מיטן גזירת הגיוס. ביים אסיפה נעכטן נאכט במעונו פונעם צאנזער רבי'ן, זענען געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, הגאון רבי צבי רבינוביץ שליט"א ראש ישיבת באיאן און דער מזכיר המועצת ה


חסידי צאנז ציילן די טעג צום ביקור מרומם פון האד' מצאנז אין ניו יארק; געהויבענער שבת התאחדות שב"ק פ' בשלח - שירה
זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש גרויס שמחה און פרייד הערשט ביי עדת חסידי צאנז אין אמעריקע וועלכע קענען קוים ווארטן און ציילן שוין די טעג צום היסטארישן ביקור קודש ווען רבם ומאורם דער מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט אי"ה קומען צו פארן קיין אמעריקע, נאך א לענגערע תקופה וואס דער רבי האט שוין נישט באזוכט אויפ'ן אמעריקאנער באדן. ווי ברייט באריכטעט האט דער רבי שליט"א געזאלט אנקומען קיין אמעריקא דעם לעצטן זומער נאכדעם וואס די רבי איז פארבעטן געווארן דורך הגאון ה


סימן טוב ומזל טוב: שידוך געשלאסן בחצרות צאנז - דזיקוב וויזניץ - סטראפקוב - מאקאווא
דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש דעם דינסטאג נאכט מוצאי צום עשרה בטבת איז פארגעקומען אין קרית צאנז די שמחת התנאים לרגל די קשרי החיתון פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ רבי ישראל לעמבערגער שליט"א רב ביהמ"ד כלל חסידי אין רמה ד' בית שמש זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א


בורא רפואות: פלאנירער פון נייע אידישע שפיטאל אין לעיקוואד באזוכן האד' מצאנז און לניאדו שפיטאל
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דורך א דעלעגאציע פון די "חמד" העלט-צענטער אין עיר התורה לעיקוואד. דער ציל פונעם באזוך אין קרית צאנז נתני' איז געווען כדי צו זען פונדערנאנט דער הלך ילך אינעם וועלט בארימטן "לניאדו שפיטאל" מיסודו של הרה"ק השפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, בשעת די חמד העלט צענטער איז אין די פלאנירונגס שטאפלען אויפצושטעלן אן ערשטמאליגע "אידישע שפיטאל" אין לעיקוואד. די


שיינער שידוך געשלאסן בחצר צאנז - מאקאווא - דזיקוב וויזניץ - סטראפקוב
דאנערשטאג פ' מקץ • כ''ח כסלו - ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ א הערליכע שידוך איז געשלאסן געווארן פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל לעמבערגער שליט"א רב ביהמ"ד כלל חסידי אין די רמה ד' געגנט אין בית שמש, זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה, זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, די שמחת הווארט


וְהִדְלִיקוּ נֵרוֹת בַּחֲצֵרוֹת קָדְשֶׁךָ • נר א' דחנוכה בחצר הקודש צאנז
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


גייסטרייכע באזוך פון האד' מצאנז אין הייליגן מוסד 'בית לפליטות' אין ירושלים עיה"ק
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך א גאר געהויבענע באזוך איז די וואך אפגעהאלטן געווארן אינעם הייליגן מוסד בית לפליטות דורך כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט און אריבערגעקומען אנציוואוטשן און מחזק זיין די די בנות הכשרות, יתומות און מיידלעך פון שטובער וועלכע זענען ליידער צופאלן רח"ל. ביים ערשיינען בשערי המוסד אין די מאה שערים געגענט האט די רבי שליט"א אנגעוואונטשן די צענדליגער בנות הכשרות און די צוות פונעם


קרית צאנז: האד' מצאנז איז מבקר חולה ביי האד' מוויזניץ בית שמש נאך אפעראציע
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אין זיין אכסניא נעבן קרית צאנז, וואו די וויזניצער רבי האט געוויילט אויף מנוחת הנפש נאך א לייכטע מעדיצינישע פראצעדור וואס די רבי איז אריבער די פארגאנגענע וואך. די רבי שליט"א האט דורש געווען בשלומו הטוב, און ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער עניני רפואה און סיפורי צדיקים. נאכן באזוך האט די צאנזער רבי שליט"א געוואונטשן א רפואה שלימה און ד


מִקְדַּשׁ מֶלֶךְ: נגידי בית צאנז מיטגעלעבט שבת מרומם בצל האד' מצאנז אין אלטשטאט ירושלים סמוך ונראה צום כותל המערבי
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין א זעלטן געהויבענע שבת איז אריבער אויף עטליכע הונדערט נגידים ותומכים בחצר הקודש צאנז,בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט געפראוועט דעם שבת קודש פ' חיי שרה אין אלטשטאט ירושלים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, אין ראם פונעם מסע הקודש "עתיקא קדישא" מיט די גרעסערע נדיבים בעם פון קהלות ומוסדות צאנז אין ארה"ק. ערב שבת ביים אנקומען קיין ירושלים איז די רבי שליט"א אריינגעפארן אין שטאט און


ווידיאו • האד' מצאנז איז מנחם אבל הגאון ר' משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף אין ירושלים
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


פרישע דאטום באשטימט פאר ערשטמאליגע שבת בראשות האד' מצאנז ביים כותל המערבי אינאיינעם מיט נגידי החסידות
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש התרגשות דקדושה נעמט ארום חסידי צאנז נדיבי עם קודש ערהאלטנדיג די פריידיגע מודעה איבער די היסטארישע שבת מרומם 'עתיקא קדישא' וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט פראווען די קומענדיגע שבת קודש תולדות בקרתא דשופריא, ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי אשר משם לא זזה שכינה מעולם. ווי שוין ברייט באריכט דא אויף בחצרות האט די הנהלת ממלכת החינוך דחסידי צאנז בארה"ק פלאנירט א שבת ביים כותל המערבי געאייגענט פאר א גרעסערע קבוצה נגידים בעם חסידי צ


בקודש פנימה: האד' מצאנז באזוכט ביי האד' מסלונים אין ירושלים
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ פארלאפענעם דאנערשטאג נאמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים מנחם אבל צו זיין די קינדער פונעם שוואגער הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל אין רמות. ביים אנקומען קיין ירושלים איז דער רבי צום ערשט צוגעפארן צו די מאה שערים געגענט אויף א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וועלכער האט ענטפאנגען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה. די אדמור"ים האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער די שווערע תקופה וואס כלל


bottom of page
