top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרישע דאטום באשטימט פאר ערשטמאליגע שבת בראשות האד' מצאנז ביים כותל המערבי אינאיינעם מיט נגידי החסידות

  • sfbechatzros
  • לפני 19 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

התרגשות דקדושה נעמט ארום חסידי צאנז נדיבי עם קודש ערהאלטנדיג די פריידיגע מודעה איבער די היסטארישע שבת מרומם 'עתיקא קדישא' וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט פראווען די קומענדיגע שבת קודש תולדות בקרתא דשופריא, ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי אשר משם לא זזה שכינה מעולם.


ווי שוין ברייט באריכט דא אויף בחצרות האט די הנהלת ממלכת החינוך דחסידי צאנז בארה"ק פלאנירט א שבת ביים כותל המערבי געאייגענט פאר א גרעסערע קבוצה נגידים בעם חסידי צאנז פון איבער די וועלט וואס שליסן זיך אן אינעם מגבית "יחידי סגולה" לטובת די מוסדות וואס געפינט זיך אין א שווערן פינאנציעלן מצב, די שבת איז אבער שפעטער אפגערופן געווארן צוליב דעם רבינס געפלאנטע נסיעה קיין אמעריקא לטובת דער "קרן עולם התורה" וואס איז למעשה נישט צושטאנד געקומען צוליב די אנגעצויגענע מלחמה צושטאנד מיט איראן.


אצינד האט די רבי שליט"א אנגעטראגן צו משלים זיין דעם שבת מיט די נגידים ביים כותל המערבי, דעם קומענדיגן שבת פ' תודלות, ארויסצווייזן הכרת הטוב פאר די וואס שטייען לימין קדשו א גאנץ יאר.


די בשורה האט ווידער אויסגערופן גרויס איבערראשונג, און איז די געשפרעך פון טאג ביי צאנזער חסידים אומעטום, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס די רבי וועט ארויספארן אויף א שבת מחוץ לעיר מיט נגידים, א געהויבענעם שבת מבואו ועד צאתו אויף דעם הייליגן ארט פון השראת השכינה. די ימי ויעדה וועט זיך אנהייבן דאנערשטאג נאכמיטאג ביים מעמד קבלת פנים צווישן די הייליגע חומות פונעם כותל המערבי, לכבודם פון די אריבער הונדערט משתתפי הנסיעה - א גרויס טייל פון זיי חסידים און געסט פון אלע עקן וועלט. דערנאך וועט מען ארויספארן אויף א מעמד תפילה ביים קבר רחל אמנו אין בית לחם, נאכגעפאלגט מיטן מעמד נרגש 'וזוכר חסדי אבות' אין א זאל נישט ווייט פון בית לחם, ביי וועלכן מען וועט מעלה זיין זכותם פון די אבות און אמהות הקדושים, במיוחד אין די פרשיות וואס טוהן עוסק זיין אין זייער לעבן און שאפן, באגלייט מיט רייכע דרשות און פרקי שירה וזמרה.


א ספעציעלע וועד איז געשטעלט געווארן זיך אפצוגעבן מיט די הכנות צו דעם געהויבענעם שבת, די גאנצע שבת וועט אפגעראכטן ווערן ממש מול קודש הקדשים, אין די מנהרות הכותל, ווי מען וועט אפרעכטן די הייליגע תפילות בוקעות רקיעים און די סעודות שבת כשהמלך במסיבו. מוצאי שבת בעת נעילת שער נאכן אויפנעמען די נגידים מיט קוויטלעך, וועט אפגעראכטן ווערן די גייסטרייכע מלוה מלכה אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער וועט מיסב זיין אינאיינעם מיט די יחידי סגולה, און מיטהאלטן דעם רייכן פראגראם וואס איז צוגעגרייט.

bottom of page