top of page
יערליכע דינער לטובת ישיבת תפארת ישראל סטאניסלאוו אין מאנסי בנשיאות האד' מסטאניסלאוו
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין,JDN אין מאנסי איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען די יערליכע דינער לטובת ישיבת תפארת ישראל סטאניסלאוו אין מאנסי, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א. ס'איז פארגעקומען אין זאל פון ווילחאוויץ אין מאנסי, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א - נשיא הישיבה וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע תומכים ומסייעם פאר די ישיבה הקדושה.


כָּלוּ בַדְּמָעוֹת עֵינַי • תשעה באב בחצר הקודש סטאניסלאוו
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN


בחסדי שמים: האד' מסטאניסלאוו באפרייט געווארן פון שפיטאל; וועט זיך ווייטער ערהוילונג אינדערהיים
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סטאניסלאוו האבן אפגעאטעמט נאכן ערהאלטן די גוטע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, על ישראל הדרתו אין מאנסי, איז באפרייט געווארן פון שפיטאל, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן דינסטאג איבערן טאג צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס. דער רבי שליט"א האט אין די לעצטע טעג געליטן פון גאר שטארקע יסורים און שווערע ווייטאגן אין קאפ. נאכן דורכגיין פארשידענע אונטערזוכונגען אין שפיטאל האבן די דאקטוירים אנטדעקט אן אינפעקציע, וועלכע האט


כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א וועט פראווען גייסטרייכן שבת התוועדות מיט קהל עדתו אין קאנעטיקוט
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי סטאניסלאוו, מיטצוהאלטן דעם ערשטמאליגן שבת התוועדות "קהלא קדישא" וואס וועט קומענדיגן שב"ק פרשת שלח-מברכין החודש תמוז, אפגעראכטן ווערן בראשות כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון מאנסי. דער שבת וועט געפראוועט ווערן לרגל דעם הרחבת גבולי הקדושה פונעם סטאניסלובער ביהמ"ד "תפארת ישראל" וועלכע איז שוין לאנגע יארן מתנוסס לתפארה אלס הערליכער חסידישער ווינקל אין מאנסי, בהתייסדות אביו כ"ק אדמו"ר מסטאניסלוב זצ"


bottom of page
