top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בּוֹנִים הֵיכָל לַה' • פלענער אויפצובויען פראכטפולע ביהמ"ד הגדול דחסידי סטאניסלאוו אין מאנסי

מיטוואך פ' לך לך • י' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


גרויס פרייד הערשט ביי תושבי מאנסי און תלמידי וחסידי סטאניסלאוו בפרט, מיטן ערהאלטן די בשורה מרנינה אז אין די יעצטיגע טעג האט זיך אנגעהויבן ערנסטע פלענער אויפצובויען א פראכטפולע בנין בית המדרש הגדול לשם ולתפארת, א בית המדרש לתורה ולתפילה וואו כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א וועט אפרעכטן די עבודת הקודש מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו.


דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטערע יארן איז די ציבור חסידים דראסטיש געוואקסן בליעה"ר, איבערהויפט די פילע תלמידים ויוצאי הישיבות פון די ישיבה קטנה און ישיבה גדולה וועלכע קלאמערן זיך לאורו הגדול פונעם רבי'ן אין יעדע געלעגנהייט, ווען אין די נארוואס פארלאפענע ימים טובים האבן זיך הונדערטער חסידים זיך דורכגעדרייט דעם קליינעם בית המדרש דחסידי סטאניסלאוו, ארויסשטעלנדיג דעם בילד פון צר מהכיל, זעענדיג אז די ביז יעצטיגע בית המדרש איז ווייט פון גענוג צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור בליעה"ר.


נאך פארשידענע פעולות צו אנקלאפן די ביוראקראטישע טויערן אויסצוארבעטן די לעגאלע דעטאלן אין בעפארברייטונג צו א דראסטישע בוי פראיעקט, איז אין די יעצטיגע טעג אין א מזל'דיגע שעה ערהאלטן געווארן די נויטיגע פערמיטן, אויפצובויען אויפן ארט א ריזן בית המדרש לתורה ולתפילה, מיט אלע באדערפענישן פאר דעם שיינעם חסידישן הויף לשם ולתפארת.


די עסקני הקהילה קוקן אצינד אריין אין פארשידענע מעגליכקייטן, וואו צו איינקוואטירן די בית המדרש אויף צייטווייליג, און אין די קומענדיגע חדשים וועט מען אנהייבן די פאקטישע בוי ארבעט מיטן האפענונג צו זעהן דעם בנין הגדול והנהדר על תילה בנויה.

bottom of page